אַ מאָדערנע מאָטאָר קייטנזעג

אַ קייטנזעג איז אַ מאָבילע בענזין, עלעקטרישע אָדער באַטעריע-אָפּערירטע זעג וואָס שניידט מיט אַ רייַ ציין אויף אַ דרייענדיקע קייט לענגאויס אַ געלענדער. זי ווערט באַנוצט אין ביימער איבעררייַס, באַשנייַדן בראַנזשעס און בלעטער, קלעצער זעגונג, שנייַדן פייַער ברעכערס אין וואַלד פייַערן רעפּרעסיע און זעגן ברענהאָלץ. קייטנזעגן מיט ספּעציעלע געלענדער און קייט קאָמבינאַציעס זענען אַנטוויקלט געוואָרן פאַר באַנוץ אין קייטנזעג קונסט (ענ') און קייטן זעגמילן (ענ'). די דאָזיקע ספּעציעלע קייטנזעגן ווערן באַניצט אין שנייַדן בעטאָן אין קאָנסטרוקציע אַנטוויקלונגען. אַ מאָל ווערן קייטנזעגן באַניצט אין שנייַדן אייַז, צום בייַשפּיל אין אייַז סקולפּטורן און אין ווינטער שווימונג.

טיילן

אַ קייטנזעג שליסט איין אַ סך טיילן, צווישן זיי:

  • מאָטאָר - געוויינטלעך אַ צוויי-קלאַפּ בענזין אינערלעך-פאַרברענונג מאָטאָר מיט אַ צילינדער פאַרנעם פון 30 ביז 120 קובישע צענטימעטערן (צווישן 0.030 און 0.120 ליטערן), אָדער אַן עלעקטרישער מאָטאָר.
  • טרײַבונג מעכאַניזם - געווייטנלעך אַ קלאַטש און אַ קייטנראָד.
  • געלענדער - אַ לאַנגע ברעט מיט אַ רונדן עק געמאַכט פון קעגנשטעליקער שטאָל וואָס איז געוויינטלעך 41 ביז 91 צענטימעטערן לאַנג. אַ שניט אינעם עק האַלט די שנייַדונג קייט.
  • שנייַדונג קייט - געוויינטלעך יעדן טייל פון די קייט (געבויט פון צוגענאָגלטע מעטאַלע טיילן, ענלעך מיט אַ ביציקל קייט נאָר אָן טריצן) האָט קליינע שאַרפן וואָס הייסן ציין. דעם אונטערטייל פון יעדע רינגל האָט אַ קליינע מעטאַלע פינגער וואָס הייסט אַ טרײַבונג רינגל. זיי פּלאַצירן די קייט אינעם געלענדער, העלפן פאַרשפּרייטן לובריקאַציע אייל אַרום און איינהעפטן זיך מיט דעם קייטנראָד אינעם קערפּער פון די זעג.

וועבלינקען

מוסטער:טעכ-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!