רוי:קאפיטאליזם

ווערסיע פון 22:27, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
אדם סמיט, גרינדער פון קאפיטאליזם

קאפיטאליזם איז א פאליטישע מעטאד וואס באגרעניצט די רעגירונג פון זיך אריינמישן אין דער עקאנאמיע און סאציאלאגיע פון די בירגער און לאזן א פרייען מארק. לויט דעם מעטאד, האט יעדער בירגער א זכות אנצופירן זיין פארמעגן אויף א פאל אז די רעגירונג זאל זיך נישט מישן אין זיין פארמעגן צוליב עקאנאמישע אדער סאציאליסטישע סיבות. דער מעטאד האט זיך אנטוויקלט אין אייראפע צווישן דעם 16טן י"ה און דעם 19טן י"ה.

דאָס ווארט "קאפיטאל" שטאמט פון לאטייניש וואס מיינט "הויפט". דער ווארט האט קארל מארקס אריינגעבריינגט אלס א נעגעטיוו-ווארט, אבער עס איז שפעטער אנגענומען געווארן אויך ביי די קאפיטעליסטן.

ביי קאפיטאליזם מעג יעדער איינער פארקויפן אדער בארגן זיין פארמעגן, און א צווייטער מעג קויפן אדער בארגן פון זיי. ווען איינער וויל פארקויפן און א צווייטע וויל קויפן, דארפן זיי נישט נעמען רשות ביי קיינעם. מענטשן קענען פירן א מארק (קויפן און פארקויפן איינער מיט אנאנד) אן בעטן רשות. די דעפיניציע פון קאפיטאליזם און די פרייער מארק עקאנאמיע האט דער פילאסאף אדם סמיט איינגעפירט (אין זיין בוך "די רייכקייט פון פעלקער").

ליבעראליזם איז פרא־קאפיטאליזם. אבער סאציאליזם, נאציזם, פאשיזם, אנארכיזם, קאמוניזם און סאציאל דעמאקראטיע זיינען אנטי־קאפיטעליזם.

אין יאר ה'תרפ"ט, נאך דעם וועלט ווירטשאפט קריזיס וואס האט פאסירט צוליב די קאפיטאליזם וואס האט געהערשט אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, האט דער 32סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט, איינגעפירט די נייע ארדענונג. טייל האלטן אז ער איז געווען באאיינפלוסט פון דעם עקאנאמיסט דזשאן מיינארד קינס, וואס האט געהאלטן אז קאפיטאליזם קען זיך נישט ראטעווען אליין פון א דעפרעסיע, דערפאר מוז די רעגירונג אין אזא פאל ארויסגעבן מער געלט ווי עס קומט אריין פון שטייערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!