די צען מכות באצייכנט א סעריע פון קאטאסטראפעס וואס האט לויט די תורה (אין ספר שמות) פאסירט אין די 13טע י"ה פארן ציילן אויף די מצרים.

דם

דם אלע וואסערן זענען געווארן בלוט, אבער פאר די אידן איז געווען וואסער, די אידן זענען געווארן זייער רייך, ווייל אויב א גוי האט באצאלט געלט האט ער געקענט באקומען וואסער.


צפרדע

צפרדע ס'איז ארויסגעקומען א גרויסע פראש פון טייך נילוס, די מצריים האבן עס געשלאגן און ס'איז ארויס מער און מער פרעש.


כינים

כינים די 3'טע מכה איז געווען כינים - לייז, די לייז זענען געקראכן אויף די גאנצע קערפער, עס האט זייער שטארק געקראצט.

ערוב

ערוב עס זענען געקומען ווילדע חיות פון וואלד, און האבן אויפגעגעסן די מצריים, די אידישע קינדער האבן זיך געקענט שפילן מיט די חיות.


דבר

דבר די מצריים האבן געוויינט אז זייערע בהמות זענען אויסגעשטארבן, די בהמות זענען געווען די עבודה זרה פון די מצריים.

שחין

שחין משה רבינו האט ארויפגעווארפן אש צום הימל און ס'איז אראפגעפאלן שחין-בלאטערן.

ברד

ברד ס'איז געפאלן האגעל אין מצרים, עס האט פארברענט די ביימער און אויך די מענטשן וואס זענען געווען אינדרויסן.


ארבה

ארבה עס איז געקומען היישעריק איבער גאנץ לאנד מצרים, די היישעריקן האבן אויפגעגעסן אלע שפייז.

חושך

חושך עס איז געווארן פינסטער אין גאנץ לאנד מצרים, אבער ביי די אידן איז געווען ליכטיג.

מכת בכורות

מכת בכורות דער אייבערשטער האט איבערגעהיפט די אידישע הייזער, אבער ביי די גוי'אישע הייזער האט דער אייבערשטער אויסגע'הרג'ט אלע בכורים.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!