רוי:פתח תקוה
|
פתח תקוה איז א שטאט אין דעם צענטער דיסטריקט פון ארץ ישראל, די שטח איז גרויס 39,000 דונעם. געגרינדעט 1878 , ס'האט באקומען די נאמען שטאט אין 1937. לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין פתח תקווה 179,400 איינוואוינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 3.3 פראצענט. רוב זענען אידן.
די שטאט גרענעצט זיך מיט הוד השרון און רמת השרון פון לינקס, מיט תל אביב פון לינקס-מערב, און מיט בני ברק און גבעת שמואל פון מערב, און פון דרום מיט גני תקוה און קרית אונו.
דיִ שטאָט איז באַקאַנט אלס די מוטער פון אַלע ייִשובים װײַל זי איז די עלטסטע פון אַלע ייִשובים װאָס זײַנען געגרינדעט געװאָרן אין דער נײַער צײַט.
און 1984 איז געפענט געווארן נייט-קלאב'ס מיט פראטעסטן וואס האט אנגעהאלטן צוויי יאר, און פתח תקווה איז דא א קאמפלעקס פון שפיטעלער וואס רופט זיך מרכז רפואי רבין, און אירע דריי אפטיילונגען ביילינסאן, שניידער, און גולדה-השרון, דארט זענען די היי-טעק אפטיילונגען פון IBM, Oracle און אויך די עסן פאבריק "אסם".
דער בירגערמייסטער (מעיאר) לשעבר איז אורי אוהד. דער בירגערמייסטער בהווה איז רמי גרינברעג. די הויפט רבנים געוויילט שבט תשע"ב זענען הרב מיכה הלוי (אשכנזיש) און הרב בנימין אטיאס (ספרדיש) ברודער פון אריאל אטיאס.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!