רוי:פעלקעררעכט

ווערסיע פון 22:06, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

 


דאָס פעלקעררעכט (פון לאַטײַניש ius gentium, „רעכט פון פעלקער”) איז אַ איבערמלוכישע רעכט־סדר אױס פּרינציפּן און כּללים, דורך װאָס די שײַכות צװישן די פעלקעררעכטלעכע נושאי זכויות (ראשית מלוכות) װערן רעגולירט אויף דער באַזיס פון גלײַכרעכטיקײט.

דער הויפּט־מקור פונעם הײַנטװעלטיקן פעלקעררעכט איז מגילת (די טשאַרטער) פון די פאַראײניקטע פעלקער. זי אַנטהעלט אַן אַלגעמײנעם פאַרװער פון גװאַלד, װאָס גילט פאַר אינטערנאַציאָנאַלן געװױנהײט־רעכט אומאָפּהענגיק פון אַ מיטגלידערשאַפט אין די פאַראײניקטע פעלקער און װאָס פאַרװערט די מלוכות צו האַלטן אָנפאַל־מלחמות, און באַשטעטיקט דאָס רעכט פון די אינדיװידועלע אָדער קאָלעקטיװע זיך-פאַרטײדיקונג.

מקורים פונעם פעלקעררעכט זײנען צװײ־ און עטלעך־זײַטיקע טראַקטאַטן, אינטערנאַציאָנאַל געװױנהײט־רעכט און אַלגעמײנע רעכט־פּרינציפּן (38סטער אַרטיקל, ערשטער אָפּסאַץ, אותיות א‛, ב‛ און ג‛ פון חוקת פונעם אינטערנאַציאָנאַלן געריכט פון יוסטיץ).

השפּעהדיקע ייִדישע פעלקעררעכט-יוריסטן זײנען לאַסאַ אָפּענהײַם, אײאַל בענבֿענישׂתי (העברעיש׃ איל בנבנשתי), יאָראַם דינשטײַן (העברעיש׃ יורם דינשטיין), הערש לאַוּטערפּאַכט, רות לאַפּידעס (העברעיש׃ רות לפידות), ראָבי סאַבעל (העברעיש׃ רובי סיבל), יעקבֿ ראָבינזאָן, שמשון ראָזנבױם, שבתי ראָזען, נתן פײַנבערג און יובַֿל שאַני (העברעיש׃ יובל שני).

ליטעראַטור

  1. יורם דינשטיין: המשפט הבינלאומי. בוך א‛: המשפט הבינלאומי והמדינה (תל אביב 1971); בוך ב‛: סמכויות המדינה כלפי פנים (תל אביב 1972); בוך ג‛: אמנות בינלאומיות (תל אביב 1974); בוך ד‛: תביעות בינלאומיות (תל אביב 1977); בוך ה‛: המשפט הבינלאומי האל־מדינתי (תל אביב 1979, מסת"ב ISBN 978-965-19-0024-2); בוך ו‛: דיני מלחמה (תל אביב 1983, מסת"ב 978-965-19-0108-9 ISBN)
  2. רובי סיבעל׃ משפט בינלאומי. שריגים־ליאון 2010, מסת"ב ISBN 978-965-442-074-7
  3. שבתאי רוזן׃ בנבכי המשפט הבינלאומי. ירושלים 2013, מסת"ב 978-965-536-018-9 ISBN
  4. נתן פיינברג׃ ארץ־ישראל בתקופה המאנדאט ומדינה ישראל. בעיות במספט הבינלאומי. ירושלים 1963
  5. L. Oppenheim; H. Lauterpacht: Oppenheim’s International Law: Volume I: Peace (London 1962); Volume II: Disputes, War and Neutrality (London 1969)
  6. Nathan Feinberg: Studies in International Law. Jerusalem 1979, ISBN 978-965-22-3324-0

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!