עיר מקלט איז א יידישע פארצייטענע שטאט וואס דארט איז געלאפן א מענטש וואס האט געהרגעט א צווייטן בשוגג (נישט ווילנדיג) כדי צו זיך ראטעווען פון די משפחה פון דעם געהרגעטער וואס מעגן אים הרגענען אין דרויסן פון די עיר מקלט. [1] אויך ביז מען מאכט א משפט צו ס'איז געווען בשוגג אדער במזיד, קען דער מערדער זיך באהאלטן אין ערי מקלט.

עס איז געווען אין ארץ ישראל 6 ערי מקלט צעשפרייט אין די גאנצע לאנד, כדי מען זאל קענען שנעל דארט אנקומען פון א יעדע פלאץ פון לאנד [2]

ווען דער כהן גדול איז געשטארבן האבן אלע איינגעזעצטע געמעגט ארויסגיין פון די ערי מקלט אויף פריי. [3]

רעפערענצן

  1. כִּי אַתֶּם עֹבְרִים אֶת-הַיַּרְדֵּן, אַרְצָה כְּנָעַן. וְהִקְרִיתֶם לָכֶם עָרִים, עָרֵי מִקְלָט תִּהְיֶינָה לָכֶם; וְנָס שָׁמָּה רֹצֵחַ, מַכֵּה-נֶפֶשׁ בִּשְׁגָגָה. וְהָיוּ לָכֶם הֶעָרִים לְמִקְלָט, מִגֹּאֵל; וְלֹא יָמוּת הָרֹצֵחַ, עַד-עָמְדוֹ לִפְנֵי הָעֵדָה לַמִּשְׁפָּט. במדבר ל"ה
  2. וְהֶעָרִים, אֲשֶׁר תִּתֵּנוּ--שֵׁשׁ-עָרֵי מִקְלָט, תִּהְיֶינָה לָכֶם. אֵת שְׁלֹשׁ הֶעָרִים, תִּתְּנוּ מֵעֵבֶר לַיַּרְדֵּן, וְאֵת שְׁלֹשׁ הֶעָרִים, תִּתְּנוּ בְּאֶרֶץ כְּנָעַן: עָרֵי מִקְלָט, תִּהְיֶינָה. שם
  3. בְעִיר מִקְלָטוֹ יֵשֵׁב, עַד-מוֹת הַכֹּהֵן הַגָּדֹל; וְאַחֲרֵי מוֹת, הַכֹּהֵן הַגָּדֹל--יָשׁוּב הָרֹצֵחַ, אֶל-אֶרֶץ אֲחֻזָּתוֹ שם

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!