רוי:אלכסנדרה החשמונאית

ווערסיע פון 09:44, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

אלכסנדרה איז געווען א פרינצעסין פון די חשמונאים פאמיליע, איר טאטע איז געווען יוחנן הורקנוס דער צווייטער, און זי איז געווען פארהייראט צו אלכסנדר דער צווייטער, מיט וועמען זי האט געהאט צוויי קינדער, מרים החשמונאית די ווייב פון הורדוס, און אריסטובולוס דער דריטער.

אין די יאר 40 איידער די ציווילע ציילונג, האט איר שוואגער מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער, איינגענומען ארץ יהודה מיט די הילף פון די פרתים, און איז געווארן קעניג. אלכסנדרה איז אנטלאפן מיט איר טאכטער, צוזאמען מיט די הורדוס פאמיליע. און ווען הורדוס האט צוריק איינגענומען די לאנד, אין יאר 37-, איז זי צוריק געקומען מיט איר טאכטער.

זי איז געווען שטארק אקטיוו, אין גרויס מאכן איר זון אריסטובולוס דער דריטער, נאכדעם וואס הורדוס האט געשטעלט חננאל פון בבל, אלס כהן גדול, האט זי איבערגעדרייט א וועלט, אז איר זון זאל ווערן. זי האט זיך באקענט מיט קלעאפעטרא די זיבעטע, קעניגן פון עגיפטן, און זי האט ערלעדיקט אן אוידיענץ, ביי מארקוס אנטיניונס, וועלכע האט איר אויפגענומען, און פארלאנגט פון הורדוס, צו מאכן אריסטובולוס פאר כהן גדול.

הורדוס האט מורא געהאט פון אריסטובולוס אלס כהן גדול, און דעריבער אים דערטראנקען אין א שווים באסיין, צו מאכן זיין טויט אויסזען אלס אומגליק און נישט אלס א מארד, ווי איינער האט אים אומגעברענגט.

צו איר טאכטער מרים, איז אויך געווען באשערט אן ענליך צושטאנד, ווען הורדוס האט איר אומגעברענגט אין יאר 28-.

אלכסנדרה איז געבליבן עלנד אין פאלאץ, נאכן אומקום פון אירע צוויי קינדער, און הורדוס האט איר געלייגט אין הויז ארעסט, ווען הורדוס איז איינמאל קראנק געווארן, האט זי פרובירט פארכאפן די מאכט אין ירושלים, עס איז אבער דורכגעפאלן, און הורדוס האט איר אומגעברענגט.