עלבע (איטאליעניש: Isola d'Elba) איז דער דריטער גרעסטער אינזל אין איטאליע, נאך סארדיניע און סיציליע. דער אינזל האט א שטח פון 224 קוואדראט ק"מ און א בארטן־ליניע פון 147 ק"מ. עלבע האט א באפעלקערונג פון אומגעפער 30,000 מענטשן. לעצטנס איז דער אינזל געווארן באקאנט פאר זיין וויין.

דער פראנצויזישער אינזל קארסיקע ליגט 50 ק"מ צו מערב.

היסטאריע

שוין אין 500 פאר דער ציווילער רעכענונג האט מען געגראבן אייזן אין עלבע. אין 1802 איז עלבע געווארן א טייל פון פראנקרייך. נאכן אפמאך פון פאנטענבלוי האט מען דעפארטירט דעם קייסער נאפאלעאן, אבער נאך 300 טעג איז ער אנטלאפן צוריק קיין פראנקרייך דעם 26סטן פעברואר 1815. ביים קאנגרעס פון ווין (1815) האט מען געגעבן עלבע צו דער גרויסהערצאגשאפט פון טאסקאנא.

דעם 17טן יוני 1944 האבן פראנצויזישע קראפטן באפרייט עלבע פון דער דייטשע אקופאציע ביי דער צווייטער וועלט מלחמה.

פליפארט

עלבע האט א פליפארט פון וואס מען פליט קיין מינכן, פרידריכסהאוון און ציריך.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!