רוי:רבי אליעזר חיים בלום

ווערסיע פון 23:25, 2 נאוועמבער 2022 דורך 174.89.82.155 (שמועס) (←‏קינדער)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
רבי אליעזר חיים בלום

רבי אליעזר חיים בלום (כ"ו תשרי תרצ"טז׳ טבת תשע״ט) איז געווען דער קאשויער רבי.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן כ"ו תשרי ה'תרצ"ט אין די שטאט קאשוי צו זיינע עלטערן רבי רפאל בלום און חנה מלכה א טאכטער פון הרב משה גרינפעלד ז"ל פון מיהאלאוויץ.

ער איז געווען איינער פון די פאסאזשירן וואס זענען מיטגעפארן אין דער קאסטנער באן צוזאמען מיט רבי יואל טייטלבוים.

אום ח"י טבת תשי"ח האט ער געהייראט ציפורה די טאכטער פון רבי מרדכי פריעדמאן שו"ב וועלכע האט געוואוינט אין יאס, בוקארעסט און ברוקלין.

ער האט געוואוינט אין שיכון סקווירא איידער ער האט זיך אוועקגעצויגן קיין מאנסי.

ער איז נפטר געווארן פרייטאג צונאכטס פ׳ ויגש (ז׳ טבת) תשע״ט, ומנוחתו כבוד בהאוהל בקרית קאשוי בעדפארד היללס.

הרבצת התורה ורבנות

ער איז געווען מנהל פון דער קאשויער ישיבה, און דערנאך האט ער געעפנט אן אייגענע ישיבה מיטן נאמען ״בית שמואל״ אין מאנסי. ער האט אויך מייסד געווען און געפירט די מיידל שולע "בית חינוך הישן" אין מאנסי, און ווען ער האט זיך געצויגן קיין מאנסי האט ער געעפענט זיין ביהמ"ד און כולל בית שמואל ד'קאשוי.

זייענדיג דער עלטסטער זון פון רבי רפאל האט מען אים באקרוינט קאשויער רבי נאך זיין פאטער׳ס פטירה כ' אדר תשס"ה, אין ער האט ממשיך געווען ברבנות והרבצת התורה אויפן שטייגער פונעם טאטן, ער איז געווען א לוחם מלחמות השם בעוז וגבורה, גודר גדר ועומד בפרץ. ווי אויך געווען אן אויסגערופענער עובד ה' בקדושה ובטהרה, פיל אידן האבן זיך געקלאמערט ארום אים מיטהאלטנדיג זיינע פייערדיגע דרשות די ווארימע דאווענען און לעכטיגע טישן.

ער האט געהאט אסאך חסידים און אנהענגערס, ווי אויך איז ער באוואוסט מיט זיינע ידיעות און פארשטאנד, בפרט אין חכמת הרפואה. חרדי'שע אידן פלעגן זיך דורך רעדן מיט אים אין עניני חינוך ושלום בית בעצה ותושי', און זענען געהאלפן געווארן פון זיינע הייליגע ברכות. דעי איד איז געווען זייער שטארק קעגן בילדער פון אים און ממשיך דרכו פון החתם סופר מיט א געוואלדיגע קיצונישע וועג ווען עס איז געקומען צו א קליינע זאך וואס האט צו טון מיט גויים אזוי ווי א האנט זייגער אא"ו.

ספריו

ער האט ארויסגעגעבן די ספר 'אבות הראשונים' אויף מסכת אבות ליקוט דברי הראשונים.

אויך האט ער פארפאסט די ספרים שיח חיים עה"ת וסוגיות הש"ס, אוצרות שיח חיים - מכתבים.

קינדער

  • רחל לאה, ווייב פון רבי משה אבראהאם, אדמו"ר מבארדיטשוב מאנסי.
  • ליבא גיטל ברכה, ווייב פון רבי יעקב בנימין פירטה.
  • הינדא רבקה, ערשטע ווייב פון רבי אהרן אריה טעללער.
  • שרה שפרה, ווייב פון רבי גדליה הכהן כ"ץ, ר"מ בישיבת סטאניסלאוו מאנסי.
  • מרת אסתר, ווייב פון רבי יעקב משה לעבאוויטש אב"ד וראש ישיבת בית הילל - מאנסי א זון פון אדמו"ר מוואדריטש.
  • יעקב יוסף, איידעם פון ר' אלי' בערקאוויטש
  • חיה צייטל, ווייב פון רבי זאב וואלנער.
  • רייזל, ווייב פון רבי נתן בנימין קרויס פון קרית יואל.
  • דבורה נחמה, ווייב פון רבי זלמן לייב ראזנבערעגער מנהל רוחני בת"ת נועם אלימלך ליזענסק מאנסי.
  • מינדל, ווייב פון רבי משולם זלמן בעק זון פון טשערקאסער רבי.
  • ביילא, ווייב פון רבי אפרים ברוך דאסקאל.

מוסטער:רב-שטומף