נאָזהאָרן
Ceratotherium simum
Ceratotherium simum
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
שטאַם: כארדאטן
קלאַס: זויגערס
סדר: מפריטי פרסה
פאַמיליע: נאָזהערנער

א נאָזהאָרן איז יעדער בעל חי פון דער Rhinocerotidae פאמיליע. עס זענען דא פינף לעבעדיקע זגאלן נאָזהאָרנס. צוויי פון זיי געפינען זיך אין אפריקע, און די אנדערע דריי וואוינען אויך אין דרומדיקע טיילן פון אזיע.

טאקסאנאמיע

  • Rhinocerotidae

שטובן

אלע פינף זגאלן נאָזהאָרנס שטאמען פון אפריקע אדער אזיע. די צוויי אפריקאנישע זגאלן זענען דער ווייסער נאָזהאָרן און דער שווארצער נאָזהאָרן. די דריי אזיאטישע זגאלן (איינשליסלעך אינזלען פון אינדאנעזיע) זענען דער דזשאַוואַ נאָזהאָרן, דער סומאַטראַ נאָזהאָרן און דער אינדישער נאָזהאָרן.

לעבן

דער נאָזהאָרן איז א פלאנצן-עסער. זיינע מערסט באליבטע עסנווארג זענען פלאנצן, בראנזשעס, קוסטן אדער גראז.

א נאָזהאָרן האט א גרויסן הארן אויף זיין נאז. זייערע הארנס זענען אנדערש ווי פון אנדערע זויגערס מיט הארנס: עס איז געמאכט פון שיכטן פון קעראטין וואס זענען זייער געדיכט פארוויקלט.

דער נאָזהאָרן קען וואגן ביז 2,000 ק"ג און ווערן ביז 375 ס"מ הויך.

נאזהארנס און מענטשן

נאר דער ווייסער נאָזהאָרן איז נישט אין געפאר פון אויסשטארבן. זיי זענען באשיצט אין געזעץ אבער ווערן געיאגט בעיקר דורך אומלעגאלע יעגערס פאר זייערע הארנס. די הארנס ווערן באנוצט אין אזיאטישע רפואה, ענלעך מיט העלפאנדן און טיגערס, און אלס הענטלעך פאר פּיקעס אין תימן און אמאן. אן אנדערע סכנה פאר נאָזהאָרנס איז די פארלוירנקייט פון זייערע שטובן. רעגירונגען האבן געזעצן קעגן האלץ העקעריי אין זייערע שטובן און אומלעגאלער יאגד.

וועבלינקען

מוסטער:ביאלאגיע-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!