משה הירש
ווייב טויבא לאה קצנלבויגן

ר' משה הירש (געבױרן 1930, אוועק י"ח אייר תש"ע) איז געווען אן אמעריקאנער איד וואס האט געלערנט אין תורה ודעת ישיבה אין ברוקלין.

ער איז געווארן אן איידעם ביי ר' זעליג ראובן קאצינעלנבויגן ז"ל, און איבערגענומן פון זיין שווער די נטורי קרתא פירערשאפט. ער פלעגט זיך טרעפן זייער אסאך מיטן יאסיר אראפאט און איז געווען א אידישער פריינט פאר די פאליסטינער.

ל"ג בעומר תש"ע איז ער נפטר געווארן, נאך א לענגערער קרענק, אין מאה שערים, ירושלים.[1]

משפחה

ער האט חתונה געהאט מיט טויבה לאה קצנלבױגן, פון װעלכער ער האט געהאט 3 קינדער.

  • זיין זון ישראל מאיר גייט ווייטער אויף זיין וועג אין רעדן מיט הויכע פאלעסטינער באאמטע און פארשפרייטן די מיינונגען פון זיין פאטער.
  • אויך זיין זון מרדכי יהושע (מאָטקע) איז אַקטיוו אין דעם געביט און איז דער זאַמלער פון בית הכנסת ישועות יעקב.
  • זיין טאכטער ​​צביה איז באהעפט מיט הרב שמואל לובצקי, ראש מוסדות בני ירושלים און ראש ה"וועד להציל משפחות במצוקה".

רעפערענצן

  1. פטירה פון משה הירש (העברעיש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!