מערקור

מערקור (ענגליש: Mercury; סימבאל: ☿) איז דער נענטסטער פלאנעט צו דער זון און דער קלענסטער פלאנעט (אזוי ווי פלוטאן ווערט הײַנט נישט גערופן קיין פלאנעט); זײַן אָרביט דויערט 88 ערד טעג. ער איז גאנץ ליכטיג קוקנדיג פון דער ערד, מיט א גרייס צווישן 2.0- און 5.5, אבער איז דאך שווער צו זען ווײַל ער איז קיינמאל נישט ווײַטער פון דער זון ווי 28.3º, דערפאר קען מען אים זען נאר בין השמשות (אינדערפרי אדער פארנאכט). קיין סך ווייסט מען נישט וועגן דעם פלאנעט.

פיזיש זעט אויס מערקור ענלעך צו דער לבנה. ער האט אסאך קראטערס אבער נישט קיין סאטעליט און אויך נישט קיין אטמאספערע. ער האט אסאך אײַזן אינמיטן וואס שאפט א מאגנעטיש פעלד.[1] די אויבערפלאך טעמפעראטור בײַט זיך צווישן 90 און 700 K (דאס הייסט פון -183°C ביז 427 °C ).[2]

רעפערענצן

  1. "Mercury magnetic field". C. T. Russell & J. G. Luhmann. Retrieved 2007-03-16.
  2. "Background Science". European Space Agency. Retrieved 2008-05-23.


די זון סיסטעם
 
 
די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס
פלאנעטן · קארליק-פלאנעטן · לבנות: ערדיש · מארסיש · אסטערוידיש · יופיטעריש · סאטורניש · אוראניש · נעפטוניש · פלוטאניש · ערידיש
SSSBs:   מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קויפער פאס/פארשפרייטער דיסק) · קאמעטן (אורט וואלקן)
זעט אויך אסטראנאמישע אביעקטן און דער זון-סיסטעמ'ס רשימה פון אביעקטן, סארטירט לויט ראדיוס אדער מאסע.
רשימה פון פּלאַנעטן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!