רוי:מסכת יומא
מסכת יומא איז די פינפטע מסכתא אין סדר מועד (דער צווייטער סדר אין משניות). די מסכתא האט אכט פרקים. די ערשטע זיבן באהאנדלען די עבודה פונעם כהן גדול אום יום כיפור, און דער אכטער פרק רעדט וועגן די דינים פונעם תענית.
נעמען פון די פרקים (קאפיטלאך) אין דער מסכתא
- שבעת ימים - וועגן די הכנות פונעם כהן גדול פאר יום כיפור
- בראשונה - וויאזוי מ'איז מקריב דעם קרבן תמיד יעדן טאג
- אמר להם הממונה - וועגן די עבודה יום כיפור
- טרף בקלפי - וויאזוי דער כהן גדול ווארפט א גורל אויף די צוויי ציגן, און דער ווידוי אויף זיין קרבן חטאת
- הוציאו לו - וועגן דעם קטורת
- שני שעירי - שיקן דעם ציגל צו עזאזל
- בא לו כהן גדול - די לעצטע טיילן פון דער עבודה ביז דער כהן גדול קומט ארויס פון בית המקדש
- יום הכיפורים - דינים פון יום כיפור און פאסטן, און דינים פון תשובה
'
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!