רוי:רבי יהודה הלוי
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי יהודה הלוי (אראבישער קוניא: אבו חאסאן) איז געווען א בארימטער משורר, פּייטן, תלמודיסט, פילאזאף און איינער פון די קאלירפולסטע פּערזענליכקייטן אין דער לשון הקודש’דיגער און ליטורגישער ליטעראטור, פון דער "גאלדענער עפּאכע" פון שפּאניע, און דערצו איינער פון די וויכטיגסטע אידישע פילאזאפן פון דעם מיטלאלטער, מחבר פונעם פילאזאפישן ספר הכוזרי.
ער איז געבוירן געווארן אין טאָלידא, דרום קאסטיליע, שפּאניע אין דעם יאר ד'תתמ"ה (1085) בערך[1], ווען רש"י ז"ל איז געווען אלט א פינף- אדער זעקס-און-פערציג יאר. זיין פאטער ר’ שמואל האט געשיקט זיין בן יחיד יהודה לערנען אין דער ישיבה פון רבי יצחק אלפסי, באקאנט אויך אלס רי"ף, אלפס, אין דער שטאט לוסינא, שפּאניע. דארט האט ער זיך גע’חבר’ט מיט רבי יוסף בן מאיר, דעם ריף’ס תלמיד ותיק אויף וועלכן דער רי"ף האט געזאגט אז: אפילו אין משה רבינו’ס דור האט נישט געפינען זיך זיין גלייכן אין חכמה און אין פארשטאנד; און ער האט אים באשטימט אלס זיין נאכפאלגער, כאטש זיין אייגענער זון ר’ יעקב איז אויך געווען גרויס אין תורה און אין חכמה; און מיט ר’ ברוך אבן אַלבאַליאַ, וועמענס פאטער ר’ יצחק אבן אַלבאַליאַ איז געווען איינער פון רי“ף’ס שטארקסטע צוויי קעגנערס.
אויף דעם ריף’ס מצבה געפינט זיך זיין תלמיד יהודה’ס עפּיטאַף:
"הרים ביום סיני לך רעשו כי מלאכי האל בך פּגשו
ויכתבו תורה בלוחות לבך וצבי כתריה לך חבשו
לא עצרו כח נבונים לעמוד לולא תבונות ממך דרשו".
גלייכצייטיג האט הלוי געלערנט אויך אראביש, די ליטעראטור שפּראך פון יענער עפּאכע, גריכישע און אראבישע פילאזאפיע און אויך מעדיצין. ס'איז פאראן א מיינונג אז ער איז געווען אַ מעדיצין דאקטאר. וועגן דער גריכישער וויסנשאפט [ליטעראטור] האט ער קיין געהויבענע מיינונג. ער זאגט "אין לה פּרי כי אם פּרחים", זי ענטהאלט קיינע פרוכט, נאר בלויז בלומען.
זייענדיג אבער באַזעלט מיט א פּאָעטישער, דיכטערישער נשמה, און גלייכצייטיג א הייסער ליב-האבער פון לשון הקודש, און פרום, רעליגיעז געזינען [געזאָנען]; און דער שירה גייסט, די פּאעטישע מוזע האט אנגעהויבן צו צימבלען אויף די סטרונעס פון זיין הארץ, פון זיין נשמה, האט ער גענומען זיך צו דער פּען. און שוין אין זיין פריער יוגנט האט ער אנגעהויבן צו אויסלייגן זיין גייסטיגע פרוכט אויף פּאפּיר. קיין קלענערער ווי דער בארימטער משורר, דער קלאסישער דיכטער ר’ משה אבן עזרא ז"ל, האט געלויבט זיינע יוגנט שירים, פּאעמעס. און ער איז געווארן איינער פון די גרעסטע רעליגיעזע דיכטערס אין אונזער ליטורגישער, תפילה'דיגער ליטעראטור אין אלע צייטן.
איבער דריי הונדערט פון זיינע שירים, פּאָעמעס, און פּיוטים, ליטורגישע דיכטונגען, געפינען זיך אין די סידורים, מחזורים, סליחות און קינות.
ר’ יהודה אלחריזי זאָגט אין ספר תחכמוני חלק ג, פּרק יח צווישן אנדערס:
"שירי הלוי ר’ יהודה
לוית חן לה לראש התעודה…
הוא בא באוצר השיר ושלל בית נכותה
ולקח כל כלי חמדתו
ויצא וסגר השער אחרי צאתו,
וכל היוצאים בעקבותיו
ללמוד מלאכת שירותיו
לא השיגו אבק מרכבותיו…,
כי במלאכת הפּיוט לשונו ברור ושחוט,
ובשירי תפילותיו ימשוך כל לב ויכבשנו,
ובשירי חשק ניבו כשכבת הטל וגחלים בוערים ממנו,
ובקינותיו יזיל ענן הבכי ויבקיענו.
ואם יחבר אגרת או מגילה,
תמצא כל מליצה יפה בה כלולה;
כאלו מכוכבי רום גדולה
או מרוח הקדש אצולה.
ובאהל השיר נפתחו לו שערי גבוהים,
כי שם נגלו אליו האלקים…“
ר’ אברהם בדרשי, דער פאטער פון ר’ ידעיה, מחבר פון דעם ספר 'בחינת עולם' באצייכנט אים מיט "אורים ותומים". און ס'איז אויך אנגענומען ביי מבינים, ליטעראטור קריטיקערס און אויטאריטעטן אויף דעם געביט פון לשון הקודש’דיקער פּאעזיע, דיכטונג אז אין שירה, אין העברעאישער דיכטונג איז נישט פאראן זיין גלייכן.
ר’ עזריה מן האדומים ז"ל, דער מחבר, פארפאסער פון "מאור עינים" האט אין א בריף צו זיינע תלמידים געראטן זיי צו שטודירן, לערנען רבי יהודה’ס ווערק. און ער האט געענדיגט זיין עצה מיט "השמר לך פּן תעזוב את הלוי" [דברים יב, יט] היט אייך נישט צו פאַרלאזן דעם לוי, מיינענדיג מיט דעם רבי יהודה הלוי.
און ס'איז כדאי צו באמערקן אז ער אליין האָט געשריבן וועגן זיך צו ר’ יהודה בן גיאת אין א שיר, וועלכער הייבט זיך אָן מיט "לבבי אליכם":
ושירי יהודה, כביר התעודה
חרוזים אחוזים, בכנפי כרובים
היוכלון ספריו, להיכל דבריו
ואינם באצבע אלקים כתובים?
וועגן זיין לעבן ווייסן מיר פארהעלטניסמעסיג זייער ווייניג.
ר’ גדליה ן’ יחייא דערציילט: ר’ יהודה הלוי איז געווען זייער רייך. ער האט געהאט א שיינע בת יחידה, אַן איין און איינציגע טאכטער. זיין ווייב פלעגט דערקוטשען אים ער זאל איר חתונה מאכן ביי זיין לעב צייט. איין מאל איז עס דערגאנגען אזוי ווייט, אז ער האט געשוואוירן איר צו מאכן חתונה מיט דעם ערשטן אידן, וועלכן ער וועט באגעגענען.
אין א שיינעם נאכמיטאג איז אריינגעקומען צו אים א בחור אָנגעטון אין אלטע, צעריסענע קליידער. ווען זיין ווייב האט דערזען דעם דאזיגן אָרימן בחור, איז איר געווארן "ליכטיג" אין די אויגן. זי איז אריינגעגאנגען אין איר מאנס ארבעט צימער און האט שטארק געוויינט. ר’ יהודה האט איר געטרייסט און איר געזאגט אז ער וועט לערנען מיט אים, און אז ער וועט מאכן גרויס זיין נאָמען. דער בחור האט פארהוילן פון אים זיין נאמען. ר’ יהודה האט געלערנט מיט דעם בחור תורה. און דער בחור, זייענדיג אליין א גרויסער למדן און דיכטער, האט זיך געמאכט כלומר’שט, אז אדאנק ר’ יהודה’ן שטייגט ער אין לערנען.
איין מאל, אין אַן אוונט, איז ר’ יהודה זיך פארזעסן אין זיין ארבעט צימער, ווייל ס'איז אים אנגעקומען שווער צו שאפן די סטראָפע מיט "ר" אין זיין פּיוט "אדון חסדך". זיין ווייב האט אים אריינגערופן אין עס צימער. און בעת ר’ יהודה האט געגעסן, האט זיין ווייב געוויזן דעם בחור דעם מאנוסקריפּט, כתב יד. דער בחור האט אויס געבעסערט דעם פּיוט אויף עטליכע ערטער, און ער האט אָנגעשריבן די גאַנצע סטראָפע "ר".
ווען ר’ יהודה האט דאס דערזען, האט ער זיך שטארק געפרייט. ער האט ארומגענומען דעם ארימן בחור און געקושט אים. ער האט אים געזאגט: "איצט זע איך אז דו ביזט עס דער אבן עזרא". דער בחור האט מודה געווען אז דאס איז ער, און ער איז געווארן ר’ יהודה’ס איידעם. מ'זאגט אז ר’ יהודה האט אים געגיבן זיין גאנצן פארמעגן, אבער דער אבן עזרא האט נישט געוואלט נעמען, ווייל ער האט נישט געוואלט הנאה האבן פון דער וועלט.
לויט דעם "ספר יוחסין" זענען ר’ יהודה הלוי’ס און דעם אבן עזרא’ס מוטערס געווען שוועסטערס. זיי זענען, אלזא, געווען ערשטע קוזינס[2].
דער אבן עזרא דערמאנט רבי יהודה הלוי’ן פילע מאל[3].
אבן עזרא דערציילט: שאלני רבי יהודה הלוי מנוחתו כבוד, רבי יהודה הלוי האט אים געפרעגט: פארוואס הייבן זיך אן די עשרת הדברות, די צען געבאטן מיט "אנכי ה’ אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים", איך בין דיין אייבערשטער וועלכער האט דיך ארויסגעפירט פון מצרים. פארוואס הייבן זיי זיך נישט אָן מיט: איך בין דיין אייבערשטער וועלכער האט באשאפן הימל און ערד…? און ער האט אים געענטפערט: דעם באשאף פון הימל און ערד, פון דעם אוניווערס האט דאך קיינער געזען. דאקעגן דאס ארויספירן די אידן פון מצרים האבן דאך געזען אלע[4].
אגב, רלב"ג ז"ל ערקלערט: ווייל דער וועלט באשאף איז דאך פאר אלע פעלקער. דאקעגן יציאת מצרים, דאס ארויספירן די אידן פון מצרים איז דאך א ריין אידישער ענין; ס'איז נוגע בלויז דעם אידישן פאלק.
רבינו בחיי ז"ל דערמאנט אים אין פּרשת פּנחס, כז, ג.
דיכטונג, רעליגיעזע דיכטונג איז נישט ר’ יהודה הלוי’ס איינציג געביט. זיין כוח איז שטארק אויך אין רעליגיעזער פילאזאפיע. דארויף זאגט עדות זיין מאנומענטאל ווערק ספר הכוזרי, וועלכן ער האט פארפאסט אין אראביש, און ר' יהודה אבן תיבון[5] האט עס איבערזעצט אויף לשון הקודש. אין דעם דאזיגן דעבאטע ווערק באווייזט ער די שיינקייט, טיפקייט, אמת’דיגקייט פון דעם אידישן גלויבן, פון אידישקייט, וועלכער איז ווייט העכער פון אלע אנדערע רעליגיעס אין דער וועלט. ער ווייזט אָן אז קיין פאלק אין דער וועלט האט אזא כסדר’דיגע, אָן אונטערבראכענע טראדיציע פון די פריסטע צייטן אָן, ווי דאס אידישע פאלק האט. ער אנאליזירט און ערקלערט פארוואס דער באשעפער האט אויס געקליבן די אידן. פארוואס ער האט נישט פאראייניגט אלע פעלקער אין איין רעליגיע. ער מאכט קלאר דעם באשעפער'ס גיבן דעם מענטשן די בחירה, דער מענטש אליין זאל אויסקלייבן זיין לעבנס וועג פאר זיך. ער באהאנדלט די באציאונג צווישן דער נשמה מיט דעם קערפּער.
ווען דער מענטש הייבט אָן ווערן עלטער, הייבט אָן דער קערפּער צו ווערן שוואכער. אבער די נשמה, דער גייסטיגער טייל פון דעם מענטשן ווערט גאר שטארקער. די נשמה, דעם מענטשנ'ס גייסטיגער טייל קען זיך באהעפטן מיט דער שכינה נאר נאך זיין אפּזאגן זיך פון אלע קערפּערליכע תאוות, פארלאנגען. דערפאר, ווען די נשמה, דעם מענטשנס גייסטיגער טייל פארלאזט דעם קערפּער נאך דעם מענטשנס טויט; זי ווערט באפרייט פון איר געפאנגעניש אין דעם מענטשנס קערפּער, באהעפט זי זיך דענצמאל אין דער אויבערשטער וועלט.
ער באהאנדלט דעם פאקט וואס מיר האבן א תורה, און די פעלקער פון דער וועלט נישט. ער ערקלערט די פארשידנארטיגקייט פון די מצוות, די באציאונג פון דעם מענטש צו דעם אייבערשטן און צווישן מענטש און מענטש, די באציאונג פון די קראים צו דעם תלמוד, און נאך.
זייענדיג א ליידן שאפטליכער חובב ציון, ליב האבער פון ארץ ישראל, האט ער פארלאזט זיין געבורט לאנד שפּאניע, און האט זיך אוועק געלאזט קיין ארץ ישראל, דורך מצרים. ער איז געפארן מיט א שיף קיין ירושלים, און מער ווייסט מען נישט וועגן אים.
ר’ גדליה ן’ יחייא דערציילט אין זיין ספר שלשלת הקבלה (זייט צב): ער האט געהערט פון אַן אלטן אידן אז ווען ר’ יהודה איז געקומען צו די טויערן פון ירושלים, האט ער צעריסן זיינע קליידער. ער איז געקראכן אויף זיינע קניעס צו מקיים זיין דעם פּסוק "כי רצו עבדיך את אבניה ואת עפרה יחוננו" (תהלים קב, טו) דיינע קנעכט וויליגן אירע (ציון’ס) שטיינער און לייטזעליגן איר ערד, און ער האט רעציטירט זיין קינה, עלעגיע, זיין שיר "ציון הלא תשאלי“. א דורך רייטנדיגער טערק האט אזוי שטארק מקנא געווען זיין צו געבונדענע ליבשאפט צו דעם הייליגן לאנד, אז ער איז איבער געפארן אים אויף טויט. אָבער געשיכטליך איז עס נאכנישט באַשטעטיגט.
ער איז נפטר געווארן אין אָריענט נאך דעם יאר 1140.
פון וויקיפּעדיע
זיין נסיעה קיין ארץ־ישראל
אין אַ ריי פון זיינע פאָעמעס האָט ריה"ל באַזינגט ירושלים און זיין שטרעבונג צו ארץ־ישראל. הגם ער האָט באַקומט אין ספרד אַ ברייטע אָנערקענונג, האָט ער באַשלאָסן זיך אָפּצושיידן מיט זיין משפּחה און צו פאָרן קיין ארץ־ישראל. אין יאָר ד'תת"ק (1140) איז ער אָנגעקומען אין אַלעקסאַנדריע אין עגיפּטן און האָט קורץ געוואוינט אין קייראָ. האַלב יאָר נאָכדעם איז ער געפאָרן מיט אַ שיף קיין ארץ־ישראל. ווינציק ווייס מען פון זיין לעצטער נסיעה, אָבער ס'איז דאָ ראיות, אַז ער איז יאָ אָנגעקומען אין יורשלים און איז געשטאָרבן אָדער איז דערהרגעט געוואָרן קורץ נאָכן אָנקום.
זיין דיכטונג
זיין געדיכט "ליבי במזרח":
- לִבִּי בְמִזְרָח וְאָנֹכִי בְּסוֹף מַעֲרָב - מיין הארץ איז אין מזרח און איך בין אין מערב.
- אֵיךְ אֶטְעֲמָה אֵת אֲשֶׁר אֹכַל וְאֵיךְ יֶעֱרָב - ווי אַזוי קען שפּירן דעם טעם פון מיין עסן און געניסן.
- אֵיכָה אֲשַׁלֵּם נְדָרַי וָאֱסָרַי, בְּעוֹד - ווי אַזוי קען איך אויספירן מיינע נדרים און געבאָטן, בעת
- צִיּון בְּחֶבֶל אֱדוֹם וַאֲנִי בְּכֶבֶל עֲרָב - אדום (קריסטן) האָט אַרומגעבונדן ירושלים, און איך בין אין קייט פון ערב (אַראַבער).
- יֵקַל בְּעֵינַי עֲזֹב כָּל טוּב סְפָרַד, כְּמוֹ - עס וואָלט מיר געווען לייכט נאָכגעבן אַלץ דאָס גוטס פון ספרד, און
- יֵקַר בְּעֵינַי רְאוֹת עַפְרוֹת דְּבִיר נֶחֱרָב. - ס'וואָלט מיר געווען טייער צו זען (כאָטש) דעם שטויב פונעם חרובן דביר (בית־המקדש).
ער האט זייער אסאך געגלוסט און געבענגט צו זיין אין ארץ ישראל און וואוינען אין דער הייליגער שטאט. דער ספר יוחסין פארציילט אז ווען ער איז אלט געווארן פופציג יאָר איז ער אנגעקומען קיין ארץ ישראל, קומענדיג קיין ירושלים און זעענדיג וואו וויסט די הייליגע שטאט איז האט ער צוריסן זיינע בגדים און איז געגאנגען בארפוס מקיים זיין דעם פסוק כי רצו עבדיך את אבניך ואת עפרה יחוננו, ער האט מיט ליבשאפט און בענקשאפט געזונגען דעם פיוט "ציון הלא תשאלי לשלום אסיריך". עס איז דארט געשטאנען אן אראבער וואס האט צוגעגקוקט דעם גרויסן דביקות און ליבע פון רבי יהודה הלוי צו דער הייליגע ערד, ער האט איהם זייער מקנא געווען און פון גרויס קנאה האט ער איהם געשטאכן און גע'הרג'ט, ה' ינקם דמו.
זיין פילאזאפיע
- די תורה קען נישט סותר זיין דעם גראדן שכל.
- די השגחה אויף די אידן איז למעלה מהטבע און גייט אן אין אלע דורות.
ביבליאגראפיע
- Raymond P. Scheindlin, Judah (Abū ʾl-Ḥasan) ben Samuel ha-Levi, Encyclopedia of Jews in the Islamic World, vol. 3 (Leiden: Brill, 2010), 44-47, אויף Academia.edu
רעפערענצן
- ↑ שלמה יהודה ראפאפארט, כרם חמד, עמ' 265-267
- ↑ זעט שלשלת הקבלה, זייטן צב־צג. זעט מבוא צו דעם כוזרי, אויסגאבע אום; און סדר הדורות.
- ↑ זעט: אבן עזרא, בראשית א, ג; שמות ד, י; ט, א יג, יד; כ, א "שאלני רבי יהודה הלוי, מנוחתו כבוד"; כד, יא; במדבר כז, ג; דברים יד, כב; כו, יז; כט, יח; לג, ה; זכריה ח, ו; תהלים יח, ה; ל, ח; מט, כא; עב, כ; עג, כה; פּ, טז; פב, ח; קלט, יד; און אויך קן, ו [?]. זעט דעם דיאלאג צווישן זיי ביידע אין דניאל ט, ב. זעט "ר’ יהודה הלוי ור’ אברהם אבן עזרא" פון ר' נפתלי בן מנחם אין דעם בוך "ארשת", יאר־בוך פון פערבאנד פון ארטאדאקסישע שרייבער, ירושלים, תש"ד.
- ↑ איך האב געהערט זאָגן אַז דער אבן עזרא האט געפרעגט עס רבי יהודה’ן. אבער דאס איז נישט ריכטיג. זעט אבן עזרא שמות כ, ב.
- ↑ אין שה“ק שטייט ר’ שמואל ן’ תבון.