רוי:רבי אליעזר געלדצעהלער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 רבי אליעזר געלדצעהלער (נפ' ט' כסלו תשס"ה) איז געווען ראש ישיבה אין "אור ישראל". ער איז געווען א רעוואלוציאנער א פיאנער בעולם הישיבות, וואס האט געטוישט דעם הילוך הישיבות אין אמעריקע.

ביאגראפיע

רבי אליעזר איז געווען דער זון פון רבי אליהו יהושע געלדצעהלער, נשיא מוסדות אור ישראל, און זיין ווייב הענא, די איינציגע טאכטער פון הרב אליהו דעסלער, מחבר פון "מכתב מאליהו".

ער איז אויפגעוואקסן אין קווינס, ניו יארק. ער האט געלערנט אין זיין טאטנס חדר אור ישראל. אלס בחור האט ער געלערנט אין עטליכע ישיבות. ער האט געלערנט אין ישיבה זכרון יעקב אין סאוט פאלסבורג ביי הגאון רבי אלי בער וואכטפויגל, ער האט געלערנט אין בריסקער ישיבה ביי הגאון רבי דוד סאלאווייטשיק, שפעטער האט ער געלערנט אין ישיבה בית המדרש גבוה אין לעיקוואוד.

ער איז געווען אן איידעם ביי רבי יחיאל מיכל טווערסקי, דער מילוואקי רבי.

נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין לעיקוואוד און פארגעזעצט צו לערנען אין ישיבה בית המדרש גבוה. ער האט געדינט אלס מגיד שיעור אין עטליכע ישיבות, איידער ער האט באשלאסן צו עפענען זיין אייגענע ישיבה "אור ישראל".

טראגישע פטירה

רבי אליעזר איז געווען אין ארץ ישראל אין יאר תשס"ה. ווען ער איז צוריקגעקומען פון דעם קבר פון רבי שמעון בר יוחאי אין מירון האט אים פאסירט אן עקסידענט די נאכט פון כ"ב טבת ה'תשס"ה (3טן יאנואר 2005) אין וועלכן ער איז קריטיש פארוואונדעט געווארן. עטליכע חדשים שפעטער, איז ער נפטר געווארן אין בלויזן עלטער פון 46 יאר.

זעט אויך

אן אשכול אויף איי וועלט

רעפערענצן

דרויסנדיגע לינקס

https://nertzaddik.com/tzadik-info/?id=1912 אן ארטיקל אויף וואס איז נייעס

https://aish.com/48945271/

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!