רוי:רבי אליהו בצלאל טייטלבוים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אליהו בצלאל טייטלבוים זצ"ל (ה'תר"י - כ"ט מנחם אב ה'תרע"ח), רב אין טעטש.

אפשטאם

רבי אליהו בצלאל איז געבוירן אין גארליץ אין יאר ה'תר"י צו זיין פאטער רבי יקותיאל יהודה טיילבוים, דער ייטב לב, א אייניקל פון רבי משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון רבי משה דוד אשכנזי רב אין טאלטשאווא.

רבנות

אין יאר ה'תרל"ה האט זיין פאטער אויפגענומען רבי אליהו בצלאל אלס רב אין פאליען-ריסקעווע, ביז אין יאר ה'תרמ"ג ווען זיין ברודער דער קדושת יום טוב איז אריבער קיין סיגוט איז רבי אליהו בצלאל געווארן רב אין טעטש.

הסתלקות

רבי אליהו בצלאל איז נפטר געווארן כ"ט מנחם אב ה'תרע"ח.

פאמיליע

רבי אליהו בצלאל האט געהייראט א טאכטער פון רבי פנחס יוסף דאַכנער. זייערע קינדער:

  • רבי חיים טייטלבוים הי"ד ( - ה'תש"ד) סיגוטער רבי אין טעטש.
  • רבי משה טייטלבוים, ממלא מקום פון פאטער, רב אין טעטש

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!