רוי:ראש השנה וואס געפאלט אין שבת

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ווען די ערשטע טאג פון ראש השנה קומט אויס שבת בלאזט מען נישט, צוליב די גזירה דרבה חז"ל האבן חושש געווען אז אזוי ווי די מצוה פון בלאזן שופר דארף דאך יעדער יוד מקיים זיין, און נישט יעדער קען אליינס בלאזן, קען אמאל זיין אז מען וועט ארויסטראגן דעם שופר דורך א רשות הרבים, און גיין דערמיט ד' אמות צו א חכם זיך אויסלערנען ווי אזוי צו בלאזן, דערפאר האבן זיי גוזר געווען אז מען טאר נישט בלאזן שבת קיין שופר. רבי יוסף חיים פון באגדאד און אנדערע זאגן אז דאס איז נישט דער עיקר טעם, נאר וויבאלד חז"ל האבן געזען ברוח קדשם אז ווען עס געפאלט שבת געשעען שוין די תיקונים פון דעם מצוה פון זיך אליין, מכח קדושת שבת[1].

אין די משנה שטייט אבער:

יום טוב של ראש השנה שחל להיות בשבת, במקדש היו תוקעין; אבל לא במדינה. משחרב בית המקדש, התקין רבן יוחנן בן זכאי, שיהו תוקעין בכל מקום שיש בו בית דין. אמר רבי אליעזר, כשהתקין רבן יוחנן בן זכאי שיהו תוקעין, לא התקין אלא ביבנה; אמרו לו, אחד יבנה ואחד כל מקום שיש בו בית דין. ועוד זאת הייתה ירושלים יתרה על יבנה – שכל עיר שהייתה רואה ושומעת וקרובה ויכולה לבוא, תוקעין בה; וביבנה, לא היו תוקעין אלא בבית דין בלבד

צוליב די משנה האט דער רי"ף געהייסן אז ביי יעדע בית דין חשוב דארף מען בלאזן אויך אויב עס איז שבת, אפילו אז עס איז נישטא היינט קיין סמיכה, און אזוי האט ער זיך געפירט למעשה[2], אבער זיין שיטה איז נישט אנגענומען געווארן אין קיין שום פלאץ נאר איבעראל האט מען זיך געפירט נישט צו בלאזן ראש השנה שחל בשבת[3]. און אויך זיינע תלמידים האבן זיך נישט געפירט אזוי, און אין רמב"ם, טור, און שולחן ערוך איז גע'פסק'נט נישט ווי דער רי"ף.

די שאלה האט זיך אנגעהויבן נאכאמאל אין ירושלים אין די יארן תרס"ה און תרס"ו, ווען ביידע יארן איז ראש השנה געווען שבת. רבי עקיבא יוסף שלעזינגער האט געוואלט מחדש זיין די תקיעות אום שבת, און האט מפרסם געווען אפאר מאמרים אויף דעם. לויט זיין טענה האבן רבי שמואל סאלאנט און דער אדר"ת מסכים געווען צו אים. עס איז געווארן א גרויסן טומל, און למעשה האט מען אים נישט געלאזט בלאזן.

חוץ פון דעם וואס מען בלאזט נישט, איז דא נאך שינויים אין ראש השנה וואס קומט אויס אום שבת: ביים דאווענען זאגט מען ”זכרון תרועה” און נישט ”יום תרועה”. די אשכנזים זאגן נישט "אבינו מלכנו"[4], ווייל מען בעט נישט תחנונים אום שבת[5]. ביי די אשכנזים און ביי א טייל פון די ספרדים זאגט מען תשליך אין צווייטן טאג און נישט אין ערשטן[6].

  1. שו"ת תורה לשמה סימן תלו; זעט ליקוטי תורה לבעל התניא, דרושים לראש השנה, דפים נו-נז, ד"ה להבין המשנה.
  2. זעט ר"ן, ריטב"א און מלחמות לרמב"ן ביים סוגיא.
  3. ריטב"א, ראש השנה כט, ב; שיבולי הלקט, סימן רצ"ד.
  4. ר"ן ראש השנה פ"ד.
  5. מגן אברהם תקפ"ד.
  6. פרי מגדים.