רוי:גאלדערס גרין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
יידישע געשעפטן אין גאלדעס גרין

גאָלדערס גרין איז א אידישע געגנט אין צפון-מערב לאנדאן, וואס איז היינט פון די גרעסטע אידישער באפעלקערונג אין ענגלאנד. לויטן צענזוס פון 2011 זענען 37% פון די איינוואוינער אידן. אמאל pלעגן וואוינען דארט פיל פארמעגליכע אידן אבער היינט געפינט זיך דארט אלערליי אידן.

זענען פאראן דארט צענדליקע בתי מדרשים, אסאך מוסדות התורה והחסד, ווי למשל א וועד הצדקה וואס באשטעטיגט די נויטווערדיגקייט פון אידן וועלכע קומען קלייבן געלט. צווישן די מוסדות התורה זענען דא יידישע שולעס און חדרים און עטליכע בית-יעקב'ס, ווי אויך ישיבות און כוללים.

אין גאלדערס גרין קען מען געפינען אלץ וואס מען טרעפט אין יעדער גרויסער אידישער געמיינדע.

שולן

די גרויסע שולן אין גאלדערס גרין זענען:

  1. בית ישכר דוב
  2. בית שמואל
  3. גאלדערס גרין בית המדרש
  4. גאלדערס גרין שול
  5. גערער שטיבל
  6. מחזיקי הדת
  7. קהלת אהל משה

טראנספארט

גאלדערס גרין סטאנציע איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אויף דער נארדערן ליניע אין זאנע 3. זי איז די ערשטע אייבערפלאך סטאנציע אויפן עדזשווער צווייג צפונדיק. אין דעם הויף פון דער סטאנציע געפינט זיך די גרויסע גאלדערס גרינער אויטאבוס סטאנציע וואו עס קומען אויטאבוסן פון גאנץ צפון־מערב לאנדאן; דאס איז אויך א סטאנציע פאר נאציאנאלע עקספרעס צווישנשטעט קאטשן אריין און ארויס פון צענטראל לאנדאן.[1]

צווישן די בוס רוטעס אדורך גאלדערס גרין זענען דער 210 קיין פינזבורי פארק, דער 102 קיין עדמאנטאן גרין, דער 139 קיין וואטערלו. פון גאלדערס גרין סטאנציע הייבן אן דער 83 קיין אילינג שפיטאל, דער 183 קיין פינער און דער 240 קיין עדזשווער.

באקאנטע מענטשן פון גאלדערס גרין

רעפערענצן

  1. "בוסן פון גאלדערס גרין" (PDF). טראנספארט פאר לאנדאן. יולי 2009. Retrieved 9טן אקטאבער 2009. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!