רוי:אראבער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אראבער זענען די מענטשן פון אן עטנישע גרופע וואס שטאמען פון דעם אראבישן האלב-אינזל און רעדן דעם שפראך אראביש.

לויט די אידישע און אראבישע מסורה זענען זיי די אייניקלעך פון ישמעאל דער זון פון אברהם אבינו.

די אראבישע וועלט

די אראבישע וועלט ציט זיך איבער רוב לענדער אין דעם מיטל מזרח און צפון אפריקע אויסער איראן, טערקיי, און ארץ ישראל. די אראבישע לענדער זענען אלזשיר, באכריין, עגיפטן, איראק, ירדן, קואווייט, לבנון, ליביע, מאראקא, אמאן, קאטאר, סאודי אראביע, סודאן, סיריע, טוניסיע, די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, און תימן. מארעטאניע ווערט אויך צומאל אריינגערעכנט.

אין צוגאב וואוינען אויך בערך צוויי מיליאן אראבער אין די אקופירטע שטחים פון מערב ברעג און עזה אין מדינת ישראל. באלד איין מיליאן אראבער וואוינען אויך אין מדינת ישראל זעלבסט. אראבער האבן זיך אויך געצויגן צו פילע ערטער אויפ'ן וועלט.

אראבער זענען א פארשידנארטיג פאלק, אבער עס זענען דא עטליכע עלעמענטן וואס טוען זיי פאראייניגן. דער וויכטיגסטער פון זיי זענען די איסלאמישע גלויבן און דער אראבישער שפראך, און דער קולטור און היסטאריע וואס איז מיט זיי פארבונדן.

רעליגיע

דאס גרעסטע טייל פון אראבער זענען מוסלמענער. עס זענען אויך דא פיל קריסטליכע אראבער, ספעציעל אין לבנון, סיריע, מצרים, און די פאלעסטינער שטחים.

איסלאם האט זיך געפונדן אין דעם אראבישן האלב-אינזל אין דעם 6טן יאר-הונדערט. עס האט זיך שנעל פארשפרייט איבער א גרויס חלק פון אזיע און אפריקע, און דערפאר זענען היינט דא פיל מוסלמענער וואס זענען נישט אין דער אראבישער וועלט.

איסלאם, אראביש און נישט-אראביש, האט צוויי טיילן: סוני און שוע. סוני איסלאם איז דער גרעסערער טייל, און מערסטנס אראבער זענען סוני, אבער אין געציילטע לענדער זענען שוע דער רוב, הויפטזעכליך איראק און באחריין.

אוראלטע צייטן

ביז דאס איסלאם איז געקומען, זענען מערסטע אראבער געווען פאליטעאיסטן. עטליכע שבטים פון אראבער אונטער דעם חאמירן קענגירייך האבן זיך מגייר געווען צו אידישקייט, אדער האבן אנגענומען די קריסטליכע רעליגיע.

די אראבישע שפראך

Postscript-viewer-blue.svg אראביש

אראביש באלאנגט צו דער פאמיליע פון סעמיטישע שפראכן, אינאיינעם מיט לשון הקודש/העברעאיש, און אראמיש. די אראבישע שפראך האט 28 אותיות, און זיי ווערן געשריבן פון רעכטס צו לינקס.

אראביש האט זיך אנטוויקטלט צווישן די בעדואינער אין די מדבריות פון אראביע. איר געוויקס איז געהאלפן געווארן דורך די טראדיציע פון פאעזיע וואס איז געווען גאר פארגעשריטן אין איר מונדליכע פארעם פאר מען האט עס אפגעשריבן. מיט'ן אנקום פון איסלאם איז דער קוראן געווארן דער מאדעל פון אראבישע שפראך.

היסטאריע און ציוויליזאציע

דער נאמען אראבער זיך צו באציען צו די נאמאדן און קעמל פירער פון צפון אראביע ווערט שוין געפונען אין שרייבונגען פון באלד דריי טויזנט יאר צוריק. שפעטער איז דער טערמין באנוצט געווארן פאר אלע איינוואוינער פון דעם אראבישן האלב-אינזל.

אראבער זענען דאן געווען א געזעלשאפט פון שבטים. זיי זענען געווען גרופירט לויט זייער משפחה און יחוס, און האבן זיך מתייחס געווען צו אן איינציגער אפשטאם. די אראבישע געזעלשאפט איז אבער געווען צעשפלינטערט אדאנק די גאר שווערע אומשטענדן פון וואוינען אין מדבריות, און דערפאר זענען אפט געווען געשלעגן צווישן שבטים און בתי-אב. עס האט זיך נישט באוויזן קיין שום אראבישער מדינה ביזן אנקום פון איסלאם.

אראבישע אויפטוען

איסלאמישע ציוויליזאציע, אראבישע און נישט-אראבישע, האט געבליט אין די תקופה פון די אבאסיד קאליפס, וועלכע האבן געהערשט איבער די גאנצע איסלאמישע וועלט פון זייער הויפט-שטאט אין באגדאד אין די יארן 750 ביז 1258. אין די אויפטוען פון די איסלאמישע ציוויליזאציע ווערט אריינגערעכנט פאראויס שריטן אין ליטעראטור, פילאזאפיע, און מעדיצין. גריכישע פילאזאפיע ווי די ווערק פון פלאטו און אריסטו זענען געווען איבערגעזעצט אין אראביש. איסלאמישע מעדיצינישע שרייבונגען זענען גענוצט געווארן אין אייראפע ביז די יארן 1600.

אראבישע חכמים האבן אויך געמאכט גרויסע פארשריטן אין מאטעמאטיק. די נומערן וואס מיר נוצען היינט רופען זיך "אראבישע נומערן" דערפאר ווס זיי זענען געווארן אנטוויקלט דורך די אראבער און מוסלמענער. אויך דער אפטיילונג פון מאטעמאטיק "אלגעברא" איז אן אראבישער ערפינדונג, און קומט פונ'ם אראבישן ווארט "אל-דזאבר".

אראבישע אונטערגאנג

ביי איר הויכפונקט איז די אראבישע וועלט געווען די מערסטע פארגעשריטענע ציוויליזאציע אויפ'ן וועלט. זיי האבן פארמאגט אומגעהויערע רייכטומס, און זיי האבן אנגעפירט דעם גאנצן מסחר צווישן אזיע און אייראפע. אירע שפעטערדיגע הערשער זענען געווארן די אוטומען טערקן און מיט די אונטערגאנג פון דער אטאמאנישער אימפעריע אין די יארן פון 1800, האט מיט זיי אנגעהויבן אונטערגיין די בליאונג פון די אראבישע און איסלאמישע קולטור.

פילע אראבישע לענדער זענען דאן געקומען אונטער די הארשאפט פון אייראפעאישע מאכטן. ביי די ענדע פון דער ערשטער וועלט מלחמה איז די אטאמאנישע אימפעריע צעפאלן, און אלע אראבישע לענדער זענען געווען אונטער אייראפעאישע הערשאפט.

די פראגע פון פאלעסטינע

דורכאויס די ערשטע וועלט קריג האבן די בריטישע צוגעזאגט פאר אראבישע פאלקס-פירער אז פאלעסטינע וועט ווערן אריינגערעכנט אין די שטחים וואס וועל איבערגיין צו די אראבער פאר זעלבסטשטענדיגקייט. די בריטישע האבן דערנאך צוגעזאגט פאלעסטינע פאר די פירער פון די ציונות באוועגונג. דער היסטאריע פון דעם אראבישן-ישראלישן געשלעג ליגט אין די קעגנזייטיגע צוזאגן, ווי אויך די אראבישע קעגנערשאפט צו א אידישע מדינה אין דעם ראיאן.

אראבישע באציאונגען מיט אידן

נאך די מיטל 1940'ער יארן האט דער צושטאנד זיך דראסטיש געטוישט, כמעט אלע אראבישע לענדער זענען ממש אויסגעליידיגט געווארן פון אידן איינס נאכן אנדערן, דער פאלנער אראבער האט א וויסטע שנאה צו די אידן, קיין אידן ווערט כמעט נישט געזען פאר זייערע אויגן. די נטורי קרתא זאגן אז דאס איז א דירעקטע רעזולטאט פון דער באוועגונג פון ציוניזם, און שפעטער די גרידונג פון דעם אידישן לאנד.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!