רוי:אהרן קאפשטיין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

אהרן קאָפּשטיין
געבורט מערץ 18, 1915
אָטשאַקאָוו
נהרג מערץ 4, 1940 (אלט: 24)
סואָיאַרווי
מדינה סאוויעטן פארבאנד
פאך דיכטער, זשורנאליסט

אהרן קאָפּשטיין (מערץ 18, 1915, אָטשאַקאָוו, יעצט - ניקאָלייעווער געגנט, אוקראַינעמערץ 4, 1940, סואָיאַרווי, רוסלאַנד) איז געווען אַן אוקראינישער דיכטער און זשורנאליסט פון דער אידישער אָפּשטאַם.

אין דער עלטער פון 5 יאָר איז ער געבליבן אַ יתום און אויסגעוואַקסן אין אַ יתומים-הויז. ער האט דעביוטירט מיט לידער אויף אוקראַיניש אין אָנהייב 30ער יאָרן פונעם 20טן יאָרהונדערט. עס האָבן אים באַמערקט באַקאַנטע אוקראינישע דיכטער אין יענע צייט, צווישן זיי אויך אידן - איוואַן (ישראל) קוליק און לעאָניד פּערוואָמייסקי. אין 1933 איז ערשינען די ערשטע פון קאָפּשטיינ'ס לידער-זאַמלונג «Хочемо, прагнемо, можемо» ("מיר ווילן, מיר שטרעבן, מיר קענען"). ביים דיכטער'ס לעבן זענען ערשינען נאָך פיר פון זיינע אוקראַינישע לידער-זאַמלונגען און איין בוך לידער אין איבערזעצונג אויף רוסיש. אהרן קאָפּשטיין האָט איבערגעזעצט אין אוקראיניש לידער פון אַנדערע שפּראַכן, בתוכם פון אידיש.

אין 1937–1939 האָט אהרן קאָפּשטיין געדינט אין דער רויטער אַרמיי אויפ'ן ווייטן מזרח. נאָך דער דינסט האָט ער אָנגעהויבן זיך לערנען אינעם מאָסקווער ליטעראַטור-אינסטיטוט. אין 1940 איז דער דיכטער פרייוויליג אַוועק אויף דער ווינטער מלחמה און אומגעקומען אין אַ שלאַכט.

דרויסנדיגע לינקס


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!