דרעפט:רבי העשיל צורף
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ר' יהושע העשל צורף איז געווען אַ זון פון ר' יוסף צורף. ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1633, ער האָט געלעבט אין ווילנע און ער איז נפטר געוואָרן אין קראָקע אין יאָר 1700, אָדער 1720.
וועגן דעם מקובל ר' יהושע העשל צורף זענען פאַראַן צוויי מיינונגען. רבנים פון זיין דור רופן אים אָן "צדיק", "מקובל", "נביא", און דערציילן וואָס פאַראַ הייליקע ספרים ער האָט אַרויסגעגעבן. ווידער זענען פאַראַן פאַרצייכענונגען פון שבתי־צביניקעס, וואָס רעכענען אים צו צו זייער כת, אַלס גייסטיקער פירער פון דער שבתי־צבי־באַוועגונג.
אָט דערציילט וועגן אים דער מקובל ר' צבי הירש קוידאַנאָווער (נפטר געוואָרן 1713) אין זיין "קב הישר" אַ נבואה אין זיין נאָמען און רופט אים אָן (אין פּרק ק"ב): "פּה קדוש האיש האלוקי מוהר"ר העשיל צורף ז"ל" (הייליק מויל, אַ געטלעכער מענטש…").
אין דעם פּנקס פון דער חברה קדישא אין קראָקע איז פאַרשריבן אַזוי: "יזכור אלקים את נשמת… המקובל בודאי מימות יהושע עד יהושע לא נמצא כמוהו… היה כותב חמשה ספרים לשלשה הראשונים היה קורא בשם שלשה עדרי צאן ולספר רביעי קרא בשם באר ולחמישי בשם אילת השחר, אילת אהבים. ולספר חמישי בעצמו יש לערך אלף וכמה מאות דפים… כל ימיו לא זז מפּתח ביתו… וכתב יום ולילה… וכתב רזין עילאין… מהור"ר העשיל במהור"ר יוסף מווילנא צורף, שידע לצרף אותיות התורה, יצא נשמתו הקדושה והטהורה ממש במיתת נשיקה, יום ה' כ"ד אייר ת"פּ".
אין אידיש: גאָט זאָל געדענקען די נשמה… פון מקובל, וואָס פון די טעג פון יהושע ביז יהושע איז נישט געווען קיין גלייכן צו אים… און ער האָט געשריבן פינף ספרים, די ערשטע דריי האָט ער אָנגערופן עדרי צאן און דאָס פערטע ספר האָט ער אָנגערופן באר און דאָס פינפטע האָט ער אָנגערופן אילת השחר און אילת אהבים… און דאָס פינפטע ספר אַליין האָט געהאַט אַן ערך פון טויזנט און אַ פּאָר הונדערט בלעטער — זיין גאַנץ לעבן איז ער ניט אַרויס פון זיין הויז… און האָט געשריבן טאָג און נאַכט… און ער האָט געשריבן "רזין עילאין" (אַן אויסדרוק פאַר קבלה־זאַכן)… ר' העשל דער זון פון ר' יוסף פון ווילנע, וואָס מען האָט אים גערופן "צורף" ווייל ער האָט געקענט מצרף זיין די אותיות פון דער תורה און זיין הייליקע און ריינע נשמה איז אַרויסגעגאַנגען, ממש מיט דעם טויט פון אַ קוש, דאָנערשטיק, כ"ד אייר, ת"פּ — 1720.
פון דעם פּנקס פון דער חברה קדישא פון קראָקע זעען מיר, אַז ר' יהושע צורף האָט מחבר געווען פינף ספרים, און מען רופט אויך אָן די נעמען פון די ספרים, אָבער אַ ספר מיטן נאָמען "צורף" איז דאָרט נישט אָנגעגעבן.
נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט דר. זאב ראַבינאָוויץ געפונען אין הויף פון סטאָלינער רבין אַ צאָל כתב־ידן[1] און צווישן זיי אויך אַ מאַנוסקריפּט, אַ קאָפּיע פון דעם קבלה־ספר "ספר הצורף" פון ר' יהושע העשל צורף פון ווילנע־קראָקע[2], און דער וואָס האָט מעתיק געווען דעם כתב־יד גיט אָן, האָט זיך געפונען ביי ר' ישראל בעל־שם־טוב.
פון דער הקדמה, וואָס די איבערשרייבער פון דעם כתב־יד פון "ספר הצורף" האָט געשריבן, זעט מען, אַז דער "ספר הצורף" איז דאָס פינפטע ספר, וואָס ווערט אָנגערופן אין פּנקס פון דער חברה קדישא: "אילת השחר", "אילת אהבים".
פון דעם פּנקס פון דער חברה קדישא דערוויסן מיר זיך אויך, אַז ר' יהושע העשל איז באַטראַכט געוואָרן פאַר אַ גרויסן מקובל, וואָס איז נפטר געוואָרן "במיתת נשיקה". אָבער דער רופא משה בורגא פון פּראַג, אַ שבתי־צביניק, האָט געהאַלטן ר' יהושע העשל צורף פאַר אַן אָנהענגער פון שבתי־צבי. ער שרייבט: "זה י"ב שנה בקירוב התחיל לגלות ענינים מן הזוהר והלכו כמה חכמים להתהות אקנקניה ומצאו בו ממש בסודותיו נפלאים ובפרט מהגאולה כנודע אצלנו…" (שוין אַן ערך פון צוועלף יאָר, ווי ער האָט אָנגעהויבן צו אַנטפּלעקן ענינים פון זוהר און עס זענען געגאַנגען אַ פּאָר חכמים אויסגעפינען ווער ער איז און זיי האָבן געפונען אין זיינע סודות ממש וואונדערלעכע זאַכן און בפרט וועגן דער גאולה, וואָס מיר ווייסן — געמיינט שבתי־צבי…)
די חכמים ר' חיים ב"ר שלמה מקאליס און ר' משה ב"ר יצחק מליסא דערציילן וועגן ר' יהושע העשל צורף, אַז אין יאָר תכ"ן — 1712[אויסקלארונג פארלאנגט], האָט ער געהאַט אַן אַנטפּלעקונג און ער האָט מגלה געווען בלויז אויפן פּסוק "שמע ישראל"… און ער האָט געזאָגט, אַז דאָס איז די נייע תורה, וואָס וועט אַנטפּלעקט ווערן אין די צייטן פון משיח און ער האָט געזאָגט "שאמיר" (שאדונינו מלכינו ירום הודו — שבתי־צבי) הוא ולא אחר והראה כמה רמזים בזוהר…" (אַז שבתי־צבי איז דער משיח און ניט קיין אַנדערער, און ער האָט געוויזן אַ סך רמזים אין זוהר).
זאב ראַבינאָוויץ גיט אָן נאָך שבתי־צביניקעס, וואָס שרייבן וועגן ר' יהושע העשל צורף, אַז ער איז געווען פון דער "כת שבתי־צבי", צווישן זיי דער רופא ר' אַברהם פון זאַמאָשטש און ר' מרדכי בן שלמה, דער שמש פון דער שול אין ווילנע, וועלכער האָט געשריבן אַ בריוו צו די מקובלים און שבתי־צביניקעס — ר' אַברהם דוויגו און ר' בנימין היהן. אין דעם בריוו דערציילט דער שמש, אַז ר' יהושע העשל צורף האָט מחבר געווען פינף ספרים… און ער האָט געזאָגט, אַז "שיגמור אותו ילמד בו מי שיהיה רב גדול בכל העולם והוא מלך משיח…" (ווען ער וועט ענדיקן דעם ספר, וועט אין אים לערנען דער, וואָס וועט זיין דער גרעסטער רב אין דער וועלט און ער איז דער מלך משיח).
ביז איצט האָבן מיר בלויז געוואוסט וועגן ר' יהושע העשל צורף, און אַז ער האָט מחבר געווען ספרים. קיין כתב־יד פון אים האָט קיינער ניט געזען. אין דער "סטאָלינער גניזה" איז געפונען געוואָרן אַ כתב־יד, וואָס אַנטהאַלט 1,400 זייטן.
אַזוי גיט אָן בפירוש דער קאָפּיסט פון דעם כתב־יד, אַז: "זה הספר הצורף נמצא בבית אדונינו מורנו ורבנו הרב ריב"ש… והיה כתוב עליו בזה הלשון : הספר הלז חברו ויסדו החכם השלם, רוח ד' דיבר בו… מוה"ר העשיל צורף מק' קראָקע… כמעט יכתוב ככולם על פּ' קטנה שבתורה שהוא שמע ישראל… ובפרט שמבואר איך חיבר ארבעה ספרים … ואביו של המחבר היה שמו יוסף…" (דאָס ספר הצורף האָט זיך געפונען אין הויז פון ריב"ש — ר' ישראל בעל־שם — און עס איז געווען דערויף אָנגעשריבן אַזוי: דאָס דאָזיקע ספר האָט מחבר געווען… ר' העשל צורף פון קראָקע און דאָס גאַנצע ספר איז כמעט געשריבן געוואָרן אויף דער קליינע פּרשה שמע ישראל און ער האָט מחבר געווען נאָך פיר ספרים אויפן פּסוק שמע ישראל און זיין פאָטער האָט געהייסן יוסף).
דער איבערשרייבער דערציילט דערנאָך. אַז ר' שבתי פון ראַשקאָוו (אַ תלמיד פון ר' דוב בער, דער מגיד פון מעזעריטש) האָט געזאָגט, אַז דער בעש"ט האָט געוואָלט מאַכן אַ העתקה פון דעם ספר, אָבער ער איז אינצווישן נפטר געוואָרן און דאָס ספר האָט זיך געפונען ביי זיין זון ר' צבי הירש, דערנאָך ביי ר' צבי הירשס זון, ר' אהרן, און ר' יהושע הלוי, דער דיין פון דינאָוויץ (אויך אַ תלמיד פון דעם מעזעריטשער מגיד) האָט געהייסן מעתיק זיין דאָס ספר, ווייל די בלעטער ווערן אַלט און זיי צעפאַלן זיך. דערנאָך ווערט דערציילט, אַז די העתקה פון ספר האָט זיך געפונען ביי ר' יהושע פון דינאָוויץ און דער כתב־יד איז אַריבער צו דעם מגיד פון טשערנאָביל און פון דאָרט צו ר' אַהרן קאַרלינער און פון קאַרלין איז עס אַריבער אין סטאָלינער הויף.
אָט דאָס איז בקיצור, וואָס ווערט אָנגעגעבן אין דער הקדמה פון די איבערשרייבער פון "ספר הצורף"[3].
עס איז דעריבער קיין שום ספק ניט, אַז דאָס דאָזיקע "ספר הצורף" האָט זיך געפונען ביי ר' ישראל בעל־שם־טוב, און אַז דער כתב־יד פון דער "סטאָלינער גניזה" איז אַ העתקה פון דעם "ספר הצורף" פון ר' יהושע העשל צורף.
די פראַגע איז נאָר, צי ר' יהושע העשל איז געבליבן זיין גאַנץ לעבן אַ מאמין אין שבתי־צבי, צי ער האָט געהערט צו דער גרופּע אָנהענגער, וועלכע זענען מיטגעריסן געוואָרן מיט דער באַוועגונג אַ שטיקל צייט און האָבן זיך דערנאָך פון דער "כת" אָפּגעשאָקלט. קיינער וועט, חס־ושלום, נישט באַטראַכטן דעם גאון ר' יונתן אייבשיץ פאַר אַן אָנהענגער פון שבתי־צבי. מען דאַרף נישט פאַרגעסן, אַז עס איז דעמאָלט געווען אַ צייט פון "כאַפּן נשמות". די שבתי־צביניקעס האָבן זיכער געוואָלט, אַז דער גרויסער מקובל ר' יהושע העשל צורף זאָל ווערן אַן אָנהענגער פון דעם "נייעם משיח"...
און אפשר איז ער טאַקע מיטגעריסן געוואָרן אויף אַ שטיקל צייט, אָבער דערנאָך, ווען ער האָט געזען דעם טראַגישן סוף פון אידישן "משיח", וועלכער איז געוואָרן אַ מאַכמעדאַנער, האָט ער חרטה באַקומען. ער האָט זיך באַזעצט אין קראָקע און נפטר געוואָרן אַן ערליכער איד.
אָבער ווען אַפילו עס זאָל זיין אמת, אַז ר' יהושע העשל צורף איז ביז צום סוף פון זיין לעבן געבליבן אַ מאַמין אין דעם נייעם משיח, איז נאָך אַלץ ניט קיין באַווייז, אַז אין זיין כתב־יד "ספר הצורף" געפינען זיך געדאַנקען, וואָס ווייזן אָן איף שבתי־צבי אַלס מלך משיח.
אַ דאָקומענט וואָס איז געפונען געוואָרן אין אַרכיוו פון דעם משכיל יוסף פּערל פון טארנאָפּאָל[4]. דעם כתב־יד האָט געפונען דר. שמחה כץ און ער האָט אים איבערגעשיקט צו זאב ראַבינאָוויץ, וועלכער האָט אים פאַרעפנטלעכט אין "ציון"[5]. מיר גיבן דעם כתב־יד, פאַרקירצט און איבערגעזעצט אין יידיש.
"מיט יאָרן צוריק, ווען הרב הגאון... רבי אפרים זלמן מרגליות פון בראָד איז נאָך געווען יונג, האָט ער געוואָלט לערנען קבלה ... איינמאָל איז צו אים געקומען ר' מרדכי וואַגמייסטער פון דער קלויז און ער האָט אים געטראָפן זיצן פאַרטיפט אין קבלה. האָט ער צו אים געזאָגט: איך זע, אַז דו שטרענגסט זיך זייער אָן צו קענען קבלה. איך האָב אַ ספר אויפן בוידעם, אַ כתב־יד, וואָס רופט זיך 'צורף', אויפן נאָמען פון ר' הירש צורף, וועלכער איז דער מחבר פון דעם ספר, און דאָס ספר איז אַ פּירוש אויף דער פּרשה פון קריאת שמע, און איך האָב דאָס ספר געירשנט פון מיין זיידן, ר' נפתלי בן ר' לוי. דאָס ספר איז געבונדן אין דריי טיילן. און אויב דו ווילסט, קאָן איך דיר זיי אויסבאָרגן, וועסטו אין זיי לערנען.
"האָט דער גאון מסכים געווען, און ר' מרדכי האָט אים געבראַכט דעם ערשטן טייל פון 'ספר הצורף' אין דער קלויז אַריין און דער גאון האָט אַריינגעקוקט דערין, אָבער ער האָט ניט פאַרשטאַנען דעם אינהאַלט פון דעם ספר. ביז איינמאָל האָבן פאַר אים אויפגעלויכטן די אויגן און ער האָט דערזען, אַז דער מחבר פון 'ספר הצורף' איז 'מכת שבתי־צבי שר"י' (שם רשעים ירקב).
"ווי דער גאון האָט דאָס דערזען, איז ער זייער אין כעס געוואָרן און ער האָט גענומען דאָס ספר און אַריינגעוואָרפן אין דער פּאָמויניצע וואָס איז געשטאַנען אין דער קלויז. האָבן זיך אַלע מענטשן וואָס זענען געווען אין קלויז פאַרוואונדערט דערויף. האָט דער גאון אַרויסגענומען דאָס ספר פון דער פּאָמויניצע און האָט זיי געוויזן וואָס ער האָט דאָרטן געטראָפן. האָבן זיי זיך באַרואיקט.
"און עס איז ניט דורכגעגאַנגען קיין לאַנגע צייט און עס איז געקומען קיין בראָד אַ ייד פון באַרדיטשעוו און ער האָט געהאַט איין טייל פון דעם 'ספר הצורף' (זאָגט דער פאַרצייכענען : דעם טייל האָט דער גאון נאָך ניט געהאַט געזען, ווייל ער האָט געהאַט אויסגעבאָרגט פון ר' מרדכין אַן אַנדערן טייל) און דער ייד האָט זייער געלויבט דאָס ספר. האָט מען אים געפרעגט : פון וואַנען קומט צו אייך דאָס דאָזיקע ספר ? האָט דער ייד דערציילט אַזאַ מעשה :
"ווען ער איז געווען אין באַרדיטשעוו, האָט דער דיין ר' יהושע פון דינעוויץ[6] געבראַכט דעם 'ספר הצורף' צו ר' לוי יצחק פון באַרדיטשעוו און ער האָט אים געזאָגט, אַז דאָס ספר האָט ער מעתיק געוען פון אַ כתב־יד, וואָס דער בעש"ט האָט געהאַט און דער בעש"ט האָט תמיד געזאָגט, אַז דורך דעם ספר קאָן מען בויען וועלטן, און איצט, 'ווייל איך בין אַראָפּ פון מיין פאַרמעגן און איך דאַרף חתונה מאַכן אַ בתולה, מוז איך דאָס ספר פאַרקויפן'...
"האָט דער באַרדיטשעווער רב אים געענטפערט: 'זאָלסט וויסן זיין, אַז איך וויל זייער האָבן דאָס דאָזיקע ספר און איך זע, אַז דו פאַרלאַנגסט דערפאַר ניט קיין סך געלט, אָבער איך קאָן צום באַדויערן, אַפילו דאָס וואָס דו פאַרלאַנגסט ניט באַצאָלן. איך קאָן אָבער טאָן פאַר דיר דאָס: איך וועל ריידן מיט די מענטשן וואָס הערן זיך צו צו מיינע רייד, און אפשר וועט עמעצער פאַר מיינעטוועגן קויפן דאָס ספר'.
"און איך האָב געקויפט דאָס ספר פאַרן רב. צוויי חלקים זענען געבליבן ביים באַרדיטשעווער רב און איין טייל געפינט זיך ביי מיר.
"און ווען דער דאָזיקער ייד האָט געבראַכט דעם כתב־יד קיין בראָד, איז דעמאָלט געווען אַן אַריינגייער אין גאונס הויז, ר' אהרן פרענקל, און ווען ר' אהרן האָט געהערט וועגן דעם ספר וואָס דער ייד האָט גע־ בראַכט, האָט ער דעם גאון דערמאָנט וועגן דעם ספר וואָס ער האָט אַריינגעוואָרפן אין דער פּאָמויניצע. איז ער (ר' אהרן) אַוועק צום אידן און האָט אים געבעטן ער זאָל אים אויסבאָרגן דאָס ספר, אָבער דער ייד האָט ניט געוואָלט דאָס טאָן. אָבער מיט אַ קונץ האָט ער דאָס ספר אויס־ געבאָרגט און ער האָט עס געבראַכט צו ר' אפרים זלמן מרגליות. דער גאון האָט אַריינגעקוקט אין ספר דריי נעכט נאָכאַנאַנד, און ער האָט געפונען אומעטום אַ צאָל, וואָס דאָס איז דאָס יאָר וואָס שבתי־צבי איז געבוירן געוואָרן. דערנאָך האָבן זיי געזען, אַז אַלע גמטריות און נוטריקונס ווייזן אָן אויף שבתי־צבי. איז דער גאון פאַרוואונדערט געוואָרן אויף דעם דרוש פון ספר 'לקוטי אמרים' פון ר' בער פון מעזעריטש, דער אמתער תלמיד פון בעש"ט, און זיי האָבן גענומען דאָס ספר 'לקוטי אמרים' און זיי האָבן דאָרט געפונען, אַז אַלע דרשות פון ספר 'לקוטי אמרים' איז ממש גענומען פון 'ספר הצורף', אות באות ...
"זענען זיי זייער פאַרוואונדערט געוואָרן, אָבער זיי האָבן קיינעם ניט אויסגעזאָגט דערפון, ווייל זיי האָבן מורא געהאַט פאַר דעם צאָרן פון די 'בעש"טים'.
"און איידער ר' אהרן האָט צוריקגעגעבן דעם כתב־יד דעם אידן, האָט ער אָנגעשריבן צום סוף פון ספר אויף אַ ליידיק אָט אָט וואָס : 'אַזוי ווי ר' יהושע פון דינעוויץ זאָגט, אַז דער כתעבבר־ייד איז געוען ביים בעש"ט, זאָל מען וויסן זיין, אַז ער האָט דאָס אויסגעטראַכט, ווייל דער מחבר איז פון דער כת שבתי־צבי' ...
"און ווען ר' אהרן האָט צוריקגעגעבן דעם כתב־יד דעם אידן פון באַרדיטשעוו, האָט ער דערזען וואָס עס איז צוגעשריבן געוואָרן, איז ער זייער בייז געוואָרן.
"אינצווישן האָט אויך דער באַרדיטשעווער רב זיך דערוואוסט וואָס ר' אפרים זלמן האָט צוגעשריבן, איז ער זייער בייז געוואָרן. דערפון האָט זיך דערוואוסט ר' זלמן פון בראָד, האָט ער געשריבן צום באַרדיטשעווער רב אַ בריוו פול מיט התנצלות און אַז ער שלאָגט אים פאָר, ער זאָל אים שיקן די דריי חלקים (פון 'ספר הצורף') און ער וועט זיי דורך די סוחרים וואָס גייען קיין לייפּציג, שיקן צו ר' פּנחס האָראָוויץ פון פראַנקפורט, און אויב ר' פּנחס וועט זאָגן אַז דאָס ספר איז כשר, זאָל מען דאָס ספר אָפּדרוקן און 'איך בין גרייט צו גיין אויפן קבר פון ר' הירש צורף און בעטן ביי אים מחילה. ווען ניט, וועט די וועלט וויסן אַז דער אמת איז מיט מיר'.
"ר' לוי יצחק האָט דערהאַלטן דעם בריוו, אָבער ער האָט גאָרניט געענטפערט.
"די מעשה האָט דערציילט ר' אהרן פרענקל אַליין פאַר ר' משה פרילינג, ר' יצחק מאַנס און ר' צלאל שטערן, אות באות, אַזוי ווי עס איז פאַרשריבן געוואָרן".
דערנאָך שטייט צוגעשריבן: "... עס איז קיין שום ספק ניט, אַז אויך די מנהגים און די גלויבונגען פון די 'בעש"טים', ווי דביקות, התלהבות, דאָס דערווייטערן זיך פון עצבות, די זמירות און די ריקודים, זייער פּאַטשן מיט די הענט, וואָס זענען אונדז באַקאַנט פון דער כת שבתי־צבי, האָט דער בעש"ט איבערגענומען פון 'ספר הצורף'".
אָט דאָס איז בערך די פאַרצייכענונג וואָס מען האָט געפונען אין דעם אַרכיוו פון יוסף פּערל.
פון איבערגעבן די מעשה זעט מען, אַז זי איז פאַרשריבן געוואָרן פון אַ מענטשן ואָס האָט י דערציילט פאַר אַן אַנדערן. מען זעט אויך פון דער באַמערקונג פון דעם פאַרצייכענער, אַז זיי האָבן שטאַרק אין זינען געהאַט צו שעדיקן די חסידישע באַוועגונג, ווייל וואָס פאַראַ שייכות האָט דאָס פּאַטשן מיט די הענט, וואָס חסידים טוען, צום "ספר הצורף" פאַרשטייט זיך, אַז די אַלע מידות וואָס ווערן אויסגערעכנט צום סוף פון דער פאַרצייכענונג, ווי התלהבות, זיך דערווייטערן פון עצבות, זינגען און טאַנצן, האָט אַ שייכות צו די מקובלים פון צפת און פון דאָרט זענען זיי געקומען צו די חסידים. אָבער צו זאָגן, אַז וועגן דעם אַלעם געפינט זיך אין "ספר הצורף", דאָס האָט שוין פּראָפעסאָר שלום אַליין אָנגעוויזן, אַז דער "ספר הצורף" איז אַ ספר פול מיט גימטריות און נוטריקין און דאָרט שטייט גאָרניט וועגן פּאַטשן מיט די הענט, און ממילא איז אויך פאַלש דאָס וואָס עס ווערט אָנגעגעבן אין דער פאַרצייכענונג, אַז ר' זלמן מרגליות האָט אַריינגעקוקט אין ספר "לקוטי אמרים" פון רבין ר' בער, און ער האָט דאָרט געפונען איבערגעשריבענע דרשות פון "ספר הצורף"...
אויך איז פאַרדעכטיקט וואָס אין דער פאַרצייכענונג ווערט כסדר דערמאָנט "די בעש"טים", בעת אין יענער צייט האָט מען זיי שוין גערופן חסידים…
איז "שם הגדולים החדש" פון ר' אהרן וואלדן, אין ערך "ר' סנדר מרגלית", ווערט אָנגעגעבן אָט וואָס:
"דער פעטער זיינער, ר' אפרים זלמן מרגלית פון בראָד, האָט געהאַט אַ וויכוח מיטן באַרדיטשעווער רב וועגן 'ספר הצורף' אויף קבלה ("והיה לו וויכוח עם הגאון הקדוש בעה"מ 'קדושת לוי' על 'הספר הצורף' על קבלה...")
און אין ערך "ספר" (וועגן "ספר הצורף") שטייט: "ועכ"ז היה מקובל גדול כאשר הכ"י 'ס' הצורף' אשר יש עליו ההסכמה מהגאון הק' הנ"ל והגאון מוהרא"ז מנע אותם מלדפוס אותו, כי אמר אשר שלטו בו יד זר והוכיח בראיות ברירות" (און דאָך איז ער געווען אַ גרויסער מקובל, ר' יהושע העשל צורף, אַזוי ווי עס ווייזט דער "ספר הצורף", וואָס האָט די הסכמה פון דערמאנטן קדוש — דעם באַרדיטשעווער רב — און דער גאון ר' אפרים זלמן מרגלית האָט ניט געוואָלט מען זאָל דעם כתב־יד דרוקן, ווייל ער האָט געזאָגט, אַז אַ פרעמדע האַנט האָט שולט געווען אין כתב־יד און ער האָט דאָס אָנגעוויזן מיט ראיות ברירות).
פון די דאָזיקע באַמערקונגען וואָס געפינען זיך אין "שם הגדלים החדש" זעט מען, אַז דער גאון ר' אפרים זלמן מרגלית האָט ניט געהאַט קיין שום חשד אויף ר' יהושע העשל צורף, ער האָט נאָר געהאַלטן, אַז "שלטו בו יד זר" — אַז אַ פרעמדע האַנט האָט עפּעס צוגעשריבן. דאָס קאָן לייכט מעגלעך זיין, וויי די שבתי־צביניקעס האָבן דעמאָלט געזוכט מיט אַלע מעגלעכקייטן אַריינצושרייבן שבתי־צביאישע נביאותן און רמזים אין פאַרשידענע כתב־ידן, כדי זיי זאָלן פאַרשטאַרקן די אמונה אין שבתי־צבי צווישן די אידן.
אויפן סמך פון דעם געפונענעם כתב־יד אין דער סטאָלינער גניזה, איז פּראָפעסאָר גרשום שלום אַרויסגעקומען מיט זיין מיינונג, אַז ר' אדם בעל־שם איז געווען דער מקובל ר' יהושע העשל צורף, וואָס האָט געהערט צו דער "כת שבתי־צבי" און אַז די "כתבים", וואָס ווערן דערמאָנט אין "שבחי הבעש"ט", אַז ר' אָדם בעל־שם האָט אָנגעזאָגט זיין זון ער זאָל זיי איבערגעבן צו ר' ישראל בן אליעזר, זענען געווען די כתב־ידן פון זיין "ספר הצורף"[7].
אָט וואָס פּראָפ. שלום שרייבט (מיר גיבן אין דער יידישער איבערזעצונג)
"מיר לערנען דערפון אָפּ, דאָס וואָס עס איז ביז איצט געווען פאַרהוילן פאַר אונדזערע אויגן, אַז אונטער דער לעגענדאַרישער פּערזאָן פון ר' אָדם בעל־שם, וואָס ווערט געבראַכט אין 'שבחי הבעש"ט', באַהאַלט זיך די היסטאָרישע פּערזענלעכקייט פון דעם נביא פון שבתי־צבי, ר' יהושע העשל צורף"[8].
אַי, פאַרוואָס האָט ר' יהושע העשל צורף באַקומען אין "שבחי הבעש"ט" דעם מאָדנעם נאָמען "אָדם", אַ נאָמען, וואָס איז ווייניק באַקאַנט צווישן די אידן אין מזרח־אייראָפּע ? ענטפערט דערויף פּראָפ. שלום, אַז אַזוי ווי אָדם הראשון האָט באַקומען אַ קבלה־ספר פון מלאך רזיאל, וואָס איז געווען רזין דרזין, האָט די חסידישע פאַנטאַזיע אויך אויסגעחלומט אַן אָדם, וואָס האָט איבערגעענטפערט דעם בעל־שם־טוב אַ פּעקל "כתבים", וואָס אַנטהאַלטן די סודות פון דער תורה.
פּראָפ. שלום איז זיך אויך סומך אויף דעם כתב־יד וואָס איז געפונען געוואָרן אין דעם פּערל־אַרכיוו אין טאַרנאָפּאָל.
פּראָפעסאָר שלום איז זיך שטאַרק סומך אויף אָט דער "פאַרצייכענונג", וואָס איז געפונען געוואָרן אין יוסף פּערלס אַרכיוו, הגם ער ווייסט, אַז די משכילים מיט יוסף פּערל בראש, האָבן זיך פאַר גאָרנישט אָפּגעשטעלט צו רודפן די חסידים, אַפילו צו מסרן זיי פאַרן מלכות, און דאָך נעמט ער אָן יעדעס וואָרט וואָס איז דאָרט פאַרשריבן געוואָרן פאַרן פולן אמת, כאָטש מען זעט, אַז אין געוויסע זאַכן זאָגן זיי ניט אמת, וואָרים אין "ספר הצורף" שטייט גאָרנישט, אַז מען דאַרף טאַנצן און פּאַטשן מיט די הענט…
ביבליאגראפיע
- מנשה אונגער, ר' ישראל בעל שם טוב, ניו יארק, תשכ"ג, עמ' 108-117
רעפערענצן
- ↑ זע : ז. רבינוביץ: "הגניזה הסטולינאית", "ציון", שנה ה', זייט 126 און ווייטער, ירושלים, 1940. טיילן פון דער "סטאָלינער גניזה" האָט אויך פאַרעפנטלעכט ש. דובנאָוו, אין זיין "תולדות החסידות", תל־אָביב, 1932.
- ↑ וועגן "ספר הצורף" זע "ציון", שנה ו', זייטן 80־84, ירושלים, 1941.
- ↑ געבראַכט אין "החסידות הליטאית" פון זאב רבינוביץ, מוסד ביאַליק, ירושלים, 1661, זייט 172.
- ↑ געבוירן אין יאָר 1773, געשטאָרבן 1839. ער האָט געשריבן פּאַראָדיעס אויף חסידישע ספרים : "מגלה טמירין", אין יידיש און אין לשון־קודש, און "בוחן צדיק", אונטער דעם פּסעוודאָנים : "עובדיה בן פּתחיה".
- ↑ שנה ששית, תש"א, זייט 80־84.
- ↑ מיר האָבן פריער איבערגעגעבן, אַז אין דער הקדמה פון כתב־יד "ספר הצורף", וואָס מען האָט געפונען אין דער "סטאָלינער גניזה", ווערט דערציילט, אַז דער דיין ר' יהושע פון דינאָוויץ האָט געהייסן דעם כתב־יד איבערשרייבן.
- ↑ זע: גרשם שלום: "מעידזשאָר טרענט אין דזשואיש מיסטיסיזם", פאַרלאַג שאָקן, ירושלים, 1941, זייט 328 און ווייטער; אויך זיין אַרבעט אין "ציון", ירושלים.
- ↑ זע "ציון", תש"א, זייט 91.