דרעפט:סיריע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פאן פון סיריע
דמשק ביינאכט

סיריע איז א לאנד וועלכע געפינט זיך אויף דער מזרח ברעג פונעם מיטלענדישער ים אין דרום-מערב אזיע. איר שטח נעמט אריין טעריטאריע אין די רמת הגולן וואס איז טייל פון מדינת ישראל זינט תשכ"ז (1967). דער היינטיגער שטח געפאלט נישט אויף דעם אוראלטן סיריע וואס איז געווען דער פּאַס פון פרוכטבארער באדן וואס איז צווישן דעם מזרח מיטלענדישער ברעג און דעם מדבר פון צפון אראביע. די הויפטשטאט איז דמשק (דימאַשק), אויפ'ן באראדא טייך, ליגנדיג אין אן אָאַזע ביי די פיס פון בארג קאַסיאָן.

נאך סיריע איז געווארן זעלבסטשטענדיג אין 1946 איז פאליטישע לעבן אינעם לאנד געווען העכסט אומסטאביל, אין גרויס טייל צוליב העפטיגע רייבערייען צווישן דאס לאנד'ס סאציאלע, רעליגיעזע, און פאליטישע גרופעס. אין 1970 איז סיריע געקומען אונטער די אויטאריטארישער הערשאפט פון פרעזידענט חאפעז אל-אסאד, וועמענס הויפט צילן האבן אריינגערעכנט דערגרייכן נאציאנאלע זיכערהייט און אינערליכע סטאביליטעט און צוריקקריגן די סירישע טעריטאריע פארלוירן צו מדינת ישראל אין 1967. אסאד האט פארפליכטעט זיין לאנד צו א ריזיגע געווער אויפבוי, וואס האט געשטעלט שווערע אנטשטרענגונגען אויף די נאציאנאלע בודזשעט, און איבערגעלאזט ווייניג פאר אנטוויקלונג. נאך אסאד'ס טויט אין 2000 איז זיין זון באשאר אל-אסאד געווארן פּרעזידענט. טראץ עטליכע פריע שריט צו פּאליטישער רעפארם האט באשאר אל-אסאד למעשה אנגעהאלטן זיין פאטער'ס אויטאריטארישער סטיל פון רעגירונג, ניצנדיג סיריע'ס מאכטפולע מיליטערישע און זיכערהייט באדינונגען צו אונטערדרוקן פּאָליטישע קעגנער. לאנג-אונטערדריקטע אינערליכע שפּאנונגען האבן געפירט צו די אויסברוך פון די סירישער ציווילע קריג אין 2011.








רעפערענצן