רוי:זשוק

פון המכלול
ווערסיע פון 16:22, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Coleoptera collage.png

זשוקעס אדער דזשוכעס (Coleoptera) זענען די גרעסטע גרופע פון אינסעקטן. עס זענען דאָ בערך 400,000 באַשריבענע לעבעדיקע זגאלן זשוקעס: בערך 40% פון אַלע באַקאַנטע אינסעקטן. עס זענען דאָ 800,000 צו איין מיליאָן אָפּגעשאַצטע לעבעדיקע זגאלן. זשוקעס לעבן כמעט איבעראַל, אבער נישט אינעם אקעאן אדער ביי זייער קאַלטע פּלאַצן אזוי ווי אנטארקטיקע.

זשוקעס האבן דערגרייכט אַ זייער גרויסע פאַראייגענונג ראַדיאַציע אַנפאַנגס זייער היסטאָריע. די עוואָלוציע פון בליענדיקע פלאנצן האט געהאלפן צושאָקלען די פאַרשיידנערליי פון די זשוקעס. פיר פון די זעקס גרעסטע זשוק פאַמיליעס עסן געוויינטלעך בליענדיקע פלאנצן.

קערפער

ענלעך מיט אַנדערע אינסעקטן, עס זענען דאָ דריי הויפט טיילן פון אַ זשוק'ס קערפער: דער קאָפּ, דער ברוסטקאַסטן און דער בויך. אויפן קאָפּ האבן די זשוקעס טאַפערס, אויגן און אַ מויל. די פיס און פליגלען פונעם זשוק זענען פאַרבונט צו דער ברוסטקאַסטן. געוויינטלעך, דער בויך פון אַ זשוק האט נישט ספּעציעלע דרויסנדיקע טיילן, אבער עס אַנטהאַלט דער זשוק'ס פאַרדייאונגס-קאַנאַל. ענלעך מיט אַנדערע אינסעקטן האבן זשקועס נישט קיין אינעווייניקע ביינער, אבער אָנשטאָט אַ שטייַפער דרויסנדיקער סקעלעט אויפן קערפער. דער דרויסנדיקער סקעלעט ווערט געמאַכט פון שטייַפע טעוועלעך פון כיטין (ענ').

וועבלינקען

מוסטער:ביאלאגיע-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!