רוי:הערמאן גערינג

פון המכלול
ווערסיע פון 15:40, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הערמאן גערינג

הערמאן גערינג (דעם 12טן יאנואר 1893 - 1946), פון די הויפטן פון דעם נאצישן רעזשים, אין דייטשלאנד.

געבוירן אין 1893, און ער איז באגאנגען זעלבסטמארד, איידער ער איז אומגעקומען דורכן געריכט.

אין 1922, איז ער געווארן א מיטגליד אין די נאצי פארטיי, און געווארן קאמאנדיר פון די עס ע, ביי די נאצי פוטש 1923, האט ער טייל גענומען, און ווען עס איז דורכגעפאלן, איז ער אנטלאפן פון דייטשלאנד.

אין 1932, ווען די נאציס זענען געקומען צו דער מאכט, איז ער ערוויילט געווארן אלס פרעזידענט פונעם רייכסטאג, א יאר נאכדעם איז ער געווארן פרעמיער מיניסטער פון פרייסן, און מיניסטער פאר פלי-געצייג אין דייטשלאנד.

צווייטע וועלט מלחמה

ביי די צווייטע וועלט מלחמה, איז ער געווען הויפט פון די לופטוואפע, און געווען צווייטער נאך היטלער, גערינג איז געווען פאראנטווארטליך, פארן באראבעווען די יידן, פון דייטשלאנד. און פארן פארטרייבן די יידן, וואס איז געווען אייכמאןס פלאן.

אין יולי 1941, האט איבערגעגעבן די ענדגילטיגע לייזונג, פאר ריינהארד היידריך.

נאך דער מלחמה, איז ער פאראורטיילט געווארן צום טויט, ביים נירנבערג פראצעס, און א טאג איידער ער האט געדארפט אומקומען דורך תליה, האט ער זיך גענומען דאס לעבן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!