רוי:געפיל
געפילן אדער הרגשים (ענגליש: emotions, העברעאיש: רגשות) טרײַבן דאָס גאַנצע לעבן, מען אַרבעט װײל מען װיל הנאה האָבן פון דאָס װײַב און קינדער און פילן סיפּוק אין לעבן, אָן הרגשים װאָלט מען נישט געקענט אױפשטײן מיט אַ נײַער פרײלעכער שטימונג כּדי אָנצוגײען מיטן לעבן.
די פארשער האלטן אז עס זענען פאראן צוויי סארטן געפילן. צוויי געפילן לערנט מען נישט אויס, נאר מען איז געבוירן מיט זיי; דאס זענען ווייטאג און הנאה. אנדערע געפילן, וואס א מענטש (און אמאל בעלי חיים) לערנט אויס, זענען פארכט, פריילעכקייט, גערירקייט, אנגסט, טרויער, קנאה, בייזקייט, אנטוישונג און ייאוש.
די געפילן פון א מענטש האבן א שטארקן איינפלוס אויף זיין אויפפירונג. למשל, איינער וואס איז פריילעך גיט א שמייכל און איז גרייט צו טון נארוואס. ווען איינער ליידט פון קנאה קען ער וועלן טון שלעכטס א צווייטן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!