רוי:באלפור דעקלעראציע
באַלפור דעקלאַראַציע איז געווען די ערשטע דעקלאראציע וואס די בריטן האבן איינערקערט אין דעם זכות פון די יידישע ציונים זאלן זיך באזעצן אין ארץ ישראל און אויפבויען א יידישע מדינה. דאס איז אונטערגעשריבן געווארן אין מיטן דער ערשטער וועלט קריג י"ז חשוון ה'תרע"ט ; 2טן נאוועמבער 1917.
די דאזיקע דעקלאראציע האט פארגעלייגט ד"ר חיים ווייצמאן.
אין יאר ה'תר"פ האבן די בריטן באקומען א באשטעטיקייט צו הערשן אויף פאלעסטינע אין ארץ ישראל (וואס הייסט: דער בריטישער מאנדאט) כדי אױסצופירן זייער צוזאג. צום סוף, אין יאר ה'תש"ח איז געגרינדעט געווארן מדינת ישראל.
די אינהאלט פון די דעקלאראציע
די רעגירונג פון זיין מאיעסטעט באטראכט צום גוטנס די אויפשטעלונג פון א נאציאנאלער היים פארן יידישן פאלק אין פאלעסטינע, און וועט טון דאס בעסטע השתדלות צו דערמעגלעכן די מטרה, מיטן פארשטאנד אז גארנישט וועט נישט ווערן געטון וואס זאל פאראורטלען די ציווילע און רעליגיעזע רעכטן פון די עקזיסטירנדע נישט-יידישע געמיינדעס אין פאלעסטינע, אדער די רעכטן און פאליטישן סטאטוס וואס יידן געניסן אין וואסערע אנדער לאנד.
די אינטערעסן פון די בריטן
- די בריטן האבן געוואלט הערשן אויף ארץ ישראל כדי צו קענען דורך איר אדורך גיין צו די לענדער אין מערב זייט ווי אינדיע און עגיפטן.
- די בריטן האבן זיך געחנפעט צו די יידן, כדי די אמעריקאנער יידן זאלן משפיע זיין אויף אמעריקע צו העלפן בריטאניע ביי דער ערשטער וועלט מלחמה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!