רוי:תנא דבי אליהו

פון המכלול
ווערסיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

תנא דבי אליהו איז א מדרש אגדה. אין גמרא (כתובות, קה, ב - קו, א) שטייט אז אליהו האט גלערנט מיט רב ענן יעדן ערב שבת, א טייל חכמים און חוקרים קלערן אז דערפון איז געמאכט געווארן דעם ספר תנא דבי אליהו. אבער רוב חוקרים היינט האלטן אז דער היינטיקער תנא דבי אליהו איז נישט יעניגע חיבור. עס אנטהאלט צוויי חלקים תנא דבי אליהו רבא וזוטא, דער לענגסטער פרק פונעם ספר איז פרק י"ח.

דער מדרש האט עטליכע פירושים, די באקאנסט איז דער ספר זיקוקין דנורא וביעורין דאשא, א תלמיד פון האר"י. עס האט א פי' ישועות יעקב תוספות בן יחיאל. מאיר איש שלום האט ארויס געגעבן דעם ספר לויט א כתב יד.

גאנץ לעצטענס איז געווארן געדרוקט מיט גאר א נייע אויפלאגע דורך די באקאנטע וויינפעלד משפחה פון דפוס אשכול, ווישניצער חסידים, עס איז געדרוקט מנוקד, און צוטיילט אויף די פרשה פון די וואך, דאס הייסט מען קען יעדע וואך לערנען א חלק ביז סוף יאהר פארטיגט מען דאס גאנצע ספר.

עס איז מערקווירדיג אז דער ערשטער חלק פון תנא דבי אליהו האט איין און דרייסיג פרקים, און דער צווייטער חלק תנא דבי אליהו זוטא האט צוואציג פרקים, צזאמען איז עס איבער פופציג פרקים, דאס הייסט מען קען עס מסדר זיין יעדע וואך לערענן א פרק, און במשך און א יאהר צייט פארטיגט מען עס. מען דארף אבער געדענקקען אז עס איז דא קליינע פרקים און גאנץ גרויסע פרקים אזוי ווי פרק י"ח וואס איז ריזיג גרויס.


מוסטער:יידישקייט-שטומף