רוי:רבי שמואל האלבערשטאם (בארדיוב)
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
רבי שמואל האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרכ"ו - ה'תש"ד), פון בארדיאוו
אפשטאם
רבי שמואל איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ו (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון הרב אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב, א זון פון דברי חיים.
רבנות
אין יאר ה'תרס"ב האט רבי שמואל געדריקט דעם ספר פון זיין זיידען שו"ת דברי חיים, ער איז געווען דער גבאי פון קופת רבי מאיר בעל הנס אין בארדיאוו.
הסתלקות
רבי שמואל איז אומגעקומען אין דער צווייטער וועלט מלחמה, הי"ד.
פאמיליע
רבי שמואל האט געהייראט מרת פעסיל א טאכטער פון הרב מאיר ליפשיץ, פון יאנאוו. זייערע קינדער:
- הרב חיים דוב בעריש האלבערשטאם (ה'תרנ"א - ה'תשל"א), בארדיאווער רבי אין ברוקלין, ער האט געהייראט מרת שרה א טאכטער פון הרב יוסף שפירא א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא פון בערטש.
- הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם (ה'תר"ס (אומגעפער) - שבת שובה ה'תש"ל), בארדיאווער רב אין ברוקלין, ער האט געהייראט מרת יוכבד א טאכטער פון הרב יחיאל נתן האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו. זייערע קינדער:
- הרב ברוך האלבערשטאם הי"ד.
- מרת חנה עלקא הי"ד.
- הרב משה דוד האלבערשטאם הי"ד.
- מרת חיה שרה די ווייב פון הרב שלמה גרינוואלד פון פרעשבורג.
- מרת פריידא מרים די ווייב פון הרב יעקב וויינמאן פון טאראנטא.
- מרת פעסיל ברכה די ווייב פון רבי דוד לעדערבערגער פון פאריז.
- מרת יוכבד, די ווייב פון הרב דוד משה האלבערשטאם, בארדיאווער רב פון ברוקלין.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר