רוי:פסיקתא דרב כהנא

פון המכלול
ווערסיע פון 23:32, 8 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 3 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q2778110 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פסיקתא דרב כהנא איז א מדרש אויף חומש און הפטורות. זי איז א חלק פון דער אלגעמיינער פסיקתא רבתי, אבער אזוי ווי אסאך ראשונים רופן אן דעם אלגעמיינעם פסיקתא מיטן נאמען פסיקתא דרב כהנא, און שלמה באבער האט געהאט א כתב יד פונעם פסיקתא האט ער געדרוקט דעם כתב יד און איר א נאמען געגעבן פסיקתא דרב כהנא, כאטש עס געפינט זיך נישט דערין קיין ספעציעלע חידושים, עס איז כמעט דער זעלבער ווי דער פסיקתא רבתי, דאך געפינט זיך דערין זייער אסאך מדרשים און וואונדערליכע מאמרים וואס מען טרעפט אין ערגץ נישט נאר אין דעם פסיקתא דר"כ.


ווי עס זעט אויס אין די הקדמות פון די גרויסע מפרשים (רא"ז מרגליות, הרד"ל) אויפן פסיקתא רבתי, איז דער פסיקתא מיט מיטן פסיקתא דרב כהנא גאר איינס, און דערפאר האבן די מפורשים גערופען זייער פסיקתא מיטן נאמען פסיקתא דרב כהנא, עס איז נישט קיין גאנץ נייער מדרש, עס איז נאר בלויז נאר א נוסח אזוי ווי פונעם ארגינאלן פסיקתא רבתי איז דא עטליכע נוסחאות און כתבי ידות. אבער שלמה באבער אין זיינע הקדמות טענה'ט אז דער אז דאס איז צוויי באזונעדערע פסיקתות.