רוי:ענגלישער קאנאל

פון המכלול
ווערסיע פון 06:23, 7 אפריל 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 2 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q34640 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מאפע פונעם ענגלישן קאנאל

דער ענגלישער קאנאל (ענגליש: English Channel, פראַנצויזיש: la Manche, דער "ארבל") איז אן ארעם פונעם אטלאנטישן אקעאן וואס שיידט גרויסבריטאניע פון צפון פראנקרייך, און באהעפט דעם צפון ים צום אטלאנטיק. ער איז לאנג בערך 560 ק"מ, און זיין ברייט איז 240 ק"מ אין ברייטסטן פונקט אבער נאר 34 ק"מ אין דעם דורכגאס פון דאווער.[1] ער באדעקט א שטח פון 75,000 ק"מ.[2]

די גרעסטע אינזלען אינעם קאנאל זענען דער אינזל פון ווייט, נישט ווייט פון סאוטהאמפטאן, ענגלאנד און די קאנאל אינזלען נאנט צום בארטן פון פראנקרייך.

רעפערענצן

  1. "ענגלישער קאנאל". The Columbia Encyclopedia, 2004.
  2. "ענגלישער קאנאל." Encyclopædia Britannica 2007.