רוי:עזרת נשים ארגאניזאציע

פון המכלול
ווערסיע פון 08:46, 15 מערץ 2021 דורך YI>פוילישער ({{יתום}})
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

עזרת נשים איז א אידישע ערשטע-הילף ארגאניזאציע, אין בארא פארק, וואס באשטייט פון פרויען פאר פרויען.

הינטערגרונט

אין יאר 2011 האט א היימישע חסידישע פרוי מרת רחל פרייער באשלאסן צו גרינדן א קאנטאר ארגאניזאציע פאר דער הצלה וואלונטירער ארגאניזאציע, וואס באשטייט נאר פון מענער וואלונטירן, אין א פארזוך צו בעסער סערווירן און באהאנדלען פרויען אויף א מער סענסיטיוון און צניעות'דיגן וועג.

די פרויען וואלונטירן זענען טרענירט אין BLS ???. זיי פארמאגן אן אייגענעם אמבולאנס און צוויי אייגענע טרעקלעך.

קאנטראווערסיע

די גרינדונג פון דער ארגאניזאציע איז נישט דורך לייכט, זיי האבן געהאט א שטארקע אפאזיציע דורך די פירנדע ארגאניזאציעס און רבני העיר, וועלכע האבן פרובירט אונטערצושטעלן פיסלעך זיי זאלן נישט לעגאליזירט ווערן, אבער זיי האבן עס דורכגעשוויצט, און באוויזן צו ווערן באשטעטיגט דורך דער רעגירונג אלס אן אפציעלער אמבולאנס און ערשטע הילף ארגאניזאציע.

אזוי אויך ווערן זיי באשולדיגט אז זיי האבן זיך לכתחילה געגרינדעט צו העלפן פרויען געבן געבורט, אבער אין מציאות שרייבן זיי דאס נישט, און פארנארן מענטשן וועלכע רופן זיי צו לעבנס-וויכטיגע הילפס-רופן, און די קריטישע מינוטן ווערן פארשפילט און עס קען (און האט שוין מעגליך) געקאסט מענטשליכע לעבנס.

דרויסנדע וועבלינקען

זייער אפיציעלע וועבזייטל