רוי:סימפאזיום

פון המכלול
ווערסיע פון 21:55, 8 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 25 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q206883 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א סאציאלער צונויפטרעף ארט, ווי מ'פלעגט נאך מיט נאענט צו טויענט יאר צוריק אנרופן אזא סארט געזעצל, ווי מ'פלעגט זיך צונויפקומען שמועסן אדער דורכרעדן און דערביי כאפן א טרינק.

די סימפאוזיום ווערט אראפגעברענגט אין די ביכער פון די גריכישע פיליזאפן, פלאטו (אפלטון), און זייערע ביכער ווערט אויספירליך באריכטעט איבער פלאטוס סימפאזיוםס.

היינטיגע צייטן איז דער סימפאזיום געבליבן א סאציאלער געזעצל, אבער אן דעם טרינק.

דער סימפאזיום אמאל און היינט איז געווען דער צוועק פון א צונויפקום צו שמועסן, דעבאטירן, פאר פאלעמיקס, פאליטישע און פיליזאפישע.

דאס טרונק וואס מ'האט סערווירט ביים סימפאזיום איז נישט געווען אבי וואס. א ספעציעלער סימפאזיטאר איז געווען געשטעלט צו מישן דאס וויין, ציגיסן וואסער, און די פארזאמלטע האבן זיך גוט אונטערגעהאלטן.


סימפאזיום היינט

היינט, אין די מאדערנע עפאכע איז דער באגריף פון א סימפאזיום געבליבן די זעלבע וואס אמאל. פון צייט צו צייט פאררופן די אוניווערזיטעטן צונויף מערערע פראפעסיאנעלן, אינטעלעקטואלן און געלערנטע מענטשן, און מ'האלט אפ א סימפאזיום, איבער א געוויסע טעמע, צי איז עס איבער געזונט אדער עקאנאמיע. טויזענטער מענטשן ווערן גערופן מיטצוהאלטן דעם סימפאזיום, און א מאדערעיטאר ווערט אויסגעקליבן אנצופירן מיט דעם סימפאזיום, וועלכער פרעגט די פראגן און דעבאטירט די אישוס וועלכע זענען איצט אויפן טאג ארדענונג.