רוי:לארעם איפסום
לארעם איפסום (לאטיין: lorem ipsum) איז אן אנגענומע רענדאם טעקסט וואס מ'נוצט סיי ווען מ'וויל אנפולן א ליידיגן פלאץ אין א דאקומענט - גערופן א filler טעקסט, placeholder טעקסט אדער dummy טעקסט.
די dummytext איז זייער נוצליך ווען מ'וויל - צום ביישפיל - ווייזן א דוגמא פון א טייפסעטינג אדער גרעפיקס און מ'האט נאכנישט דעם טעקסט וואס מ'דארף דארט אריינלייגן. למשל אויב איך זאל וועלן מאכן א גליון, און איך בעט א גרעפיקער זאל מיך מאכן א דוגמא וויאזוי ס'וועט אויסזען, קען ער שוין אויסשטעלן א גליון מיט אלע קאלומס מיט די פאנטס, גרעפיקס, קאלירן וכו' וויאזוי ס'גייט אויסזען, אבער אנשטאט אריינצולייגן די עמטליכע ארטיקלען, לייגט ער אריין שורות און פאראגראפן פון ווערטער אן קיין עכטע באדייט, אבער די צורה האב איך שוין. צוערשט, דאס איז די נוסח פון די מיינונגלאזע ווערטער:
Lorem ipsum dolor sit amet, consectetur adipiscing elit, sed do eiusmod tempor incididunt ut labore et dolore magna aliqua. Ut enim ad minim veniam, quis nostrud exercitation ullamco laboris nisi ut aliquip ex ea commodo consequat. Duis aute irure dolor in reprehenderit in voluptate velit esse cillum dolore eu fugiat nulla pariatur. Excepteur sint occaecat cupidatat non proident, sunt in culpa qui officia deserunt mollit anim id est laborum.
די באדייט פון די פאראגראף איז:
פארשטאנען? גארנישט!
די ווערטער זענען פון אלט-לאטיינישן אפשטאם, טייל מיינען יא עפעס א ווארט, אבער ס'קלעבט זיך זיכער נישט צוזאם אלס א סטעיטמענט.
אזוי פרי ווי אין די 1500 יארן האבן שוין דרוקערס גענוצט די ווערטער פאר דוגמאס, און ס'איז נישט קלאר ווער ס'איז געווען דער מחדש און וויאזוי ס'איז אזוי פארשפרייט געווארן.
היינט צוטאגס זענען שוין דא נאך ענליכע נוסחאות וואס מ'נוצט ווי אין זשאבלאנען וכדו', און ס'זענען דא הונדערטער רענדאם טעקסט גענעראטארן - אסאך רופן עס א lorem ipsum generator - וואס קענען צושטעלן וויפיל שורות פון באדייטלאזע פאראגראפן ס'פעלט זיך נאר אויס.
רעפערענצן
- סמא"ג #15 - שלא להשאיר הנייר חלק אויף אייוועלט, און פון דארט אינעם "שרייבער" אויסגאבע #44 - פרשת בהעלותך תשפ״ב.