רוי:לאווינע

פון המכלול
ווערסיע פון 12:37, 27 נאוועמבער 2013 דורך YI>פוילישער (אראפנעמען קאטעגאריע:קאטאסטראפע,צולייגן קאטעגאריע:נאטירלעכע קאטאסטראפעס דורך HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א לאווינע אויף בארג עווערעסט

א לאַווינע איז א גרויסע מאסע פון שניי אדער אייז וואס פאלט גיך אראפ א בארג. נאכדעם ווען א לאווינע האט שוין אנגעהויבן קען זי ווערן גאנץ גיך און וואקסן גאר גרויס. טאמער עס מישט זיך אריין לופט אין דער לאווינע ווערט זי א שטויב לאווינע. לאווינעס פאסירן מערסטן אין ווינטער און פרילינג, און זיי זענען א גרויסע סכנה צו לעבן און פארמעגן אויף בערג.

עטימאלאגיע

דאס ווארט לאווינע שטאמט פון לאטיין labina (ריטשן).

קלאסיפיקאציע

לאווינעס הייבן אן מערסנט ביי א שטורעם ווען אסאך שניי פאלט. די צווייטע סיבה איז ווען די שניי ענדערט זיך, למשל ווען ער הייבט אן שמעלצן פון דער זון. אחוץ דעם קען א לאווינע אנהייבן צוליב רעגן, ערדציטערנישן, אייזפאל און שטיינפאל. טאמער א שטייפע פלאטע פון שניי ליגט איבער א שוואכער שיכטע, קען אנהייבן א לאווינע מיט טויזנטער קובישע מעטער שניי.

לויזער שניי לאווינעס

א לויזער שניי לאווינע פאסירט אויף א שטאציקן בארג ווען דער שניי איז פריש געפאלן, אדער ווען א שטארקע זון מאכט ווייך דעם שניי. די לאווינע הייבט אן אין איין פונקט און ווערט כסדר ברייטער.

פלאטע לאווינעס

א פלאטע לאווינע פאסירט אפט ווען דער שניי איז געשטעלט אויף אן ארט דורכן ווינט. א גרויסע פלאטע שניי ברעכט זיך אפ און פאלט אראפ דעם בארג.


מוסטער:נאטירלעכע קאטאסטראפעס