רוי:רבי יצחק רובין (יאוואראוו)

פון המכלול
ווערסיע פון 12:20, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יצחק רובין זצ"ל (דער צווייטער) (ה'תרמ"ד - ח' תשרי ה'תשל"א), פון יאוואראוו, באקאנט אלס רבי איציקל יאווארעווער.

אפשטאם

רבי איציקל איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ד, צו זיין פאטער הרב אלימלך רובין פון יאוואראוו, א זון פון הרב יצחק רובין, פון בראד, באקאנט אלס רבי איציקל בראדער, א זון פון הרב אלימלך רובין, רב אין סאקאלאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. און צו זיין מוטער מרת חנה פעשא א טאכטער פון הרב יעקב משה פון היבנוב.

רבנות

אומגעפער אין יאר ה'תרפ"ט איז רבי איציקל געקומן קיין אמעריקא ווי ער האט ווייטער אנגעפירט די יאוואראווער רביסטעווע, אין יאר ה'תשי"ז איז ער ארויף קיין ארץ ישראל, דער בעלזער רב זכרונו לברכה איז אים אקעגן געגאנגן שבת אינדערפרי און אים באגלייט אין בית המדרש. ווען מען האט אויפגענומען רבי ישכר דוב רוקח, דעם היינטיגן בעלזער רב, אלס רבי האט רבי איציקל אים געקרוינט, און אלס ראפשיצער אייניקל אים אפגעגעבן דאס ערשטע קוויטל.

הסתלקות

רבי איציקל איז נפטר געווארן אין ירושלים ח' תשרי ה'תשל"א.

פאמיליע

אין יאר ה'תרס"ג אין עלטער פון אכטצען יאר האט רבי איציקל געהייראט מרת שרה א טאכטער פון הרב מנשה מארילעס פון דובעצק. זייערע קינדער:

  • הרב אלימלך רובין הי"ד (ה'תר"ע (אומגעפער) - ה'תש"ג (אומגעפער) ), דער לעצטער רב אין ראפשיץ. ער האט געהייראט א טאכטער פון זיין פעטער הרב שרגא פייוויש רובין פון יאוואראוו.
  • מרת לאה הי"ד, די ווייב פון הרב יעקב יצחק רוקח הי"ד, רב אין מאגרוב.
  • מרת איידיל הי"ד, די ווייב פון הרב יהושע העשיל באב"ד הי"ד, רב אין טארטיקאוו.
  • הבתולה דבורה הי"ד.

רעפערענצן

  • זרעא קדישא
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר