רוי:רבי אהרן קאהן

פון המכלול
ווערסיע פון 17:18, 9 נאוועמבער 2025 דורך דוד כהנא (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אהרן קאהן (געבוירן ה'תשל"ג) איז דער תולדות אהרן רב אין אמעריקע.

הרה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א אבדק"ק תולדות אהרן

רבי אהרן איז דער צווייטער זון פונעם היינטיגן תולדות אהרן רבי, רבי דוד קאהן.

ער איז אויפגעוואקסן אין מאנסי און שפעטער אלס בחור איז ער געפארן לערנען אין די ישיבה פון זיין זיידע הרה"ק מתולדות אהרן און שפעטער חתונה געהאט אין ירושלים אין יאר ה'תשנ"א מיט מרת חיה אסתר טאכטער פונעם קרעטשניף סיגוטער רבי, הרב זיידא אליעזר זאב רויזנבוים. א שטיק צייט נאכ'ן חתונה האט ער זיך געצויגן קיין אמעריקע און ווען זיין טאטע האט איבערגענומען די הנהגה האט ער איבער גענומען דעם טאטנ'ס בית המדרש.

רבי אהרן האט זיך אלע יארן גאר שטארק אויסגעארבעט אין אלע ענינים, אזש מענטשן האבן אנגעהויבן ברענגען זייערע קינדער זאלן קומען זעהן די עבודת הקודש פונעם רב, און איז היינט פון די זייער אנגעזעענע רבנים אין מאנסי, שבת ברענט ער ווי א קאכעדיג קעסל, א געוואלדיגער עולם ווארמען זיך יעדן פרייטאג צונאכטס קומען אסאך בחורים און יונגעלייט צו זיין באטע וועלכע קומט פאר אין זיין שטוב נעבן די ביהמ"ד. זיין טאטע האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז ער ווייסט נישט פארוואס ער האט זוכה געווען צי אזא קינד, און אז ווער עס קוויטלט זיך ביי אים אין מאנסי איז אזויווי ער קוויטעלט זיך ביי מיר אין ירושלים.

היינט איז ער רב פונעם תולדות אהרן בית המדרש אין מאנסי, ווען אויף די יומים הנוראים קומען צו פארן געסט פון אלע עקן שטאט צו וויילן בצל קדשו, אזוי ווייט ווי פון לאנדאן אין קרית טאהש זענען חסידים געקומען צו פארן.

אין די לעצטערע יארן האט דער רב מייסוד געווען א ישיבה קטנה אין שטאט מאנסי "ישיבת אהלה של תורה" וועלכע שטייט בנשיאתו ובנשיאות אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, (דער תולדות אהרן רבי האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויפן ישיבה אז "ווער ס'וועט דא אריינלייגן זיינע קינדער וועט זעהן תמיד נחת ברחניות ובגשמיות).

אין איין פאל ווען א חסיד פון מאנסי וועט אנקומען קיין ירושלים אין ער וועט אריינגיין צום פאטער דער תולדות אהרן רבי, האט ער אים געפרעגט וואס מאכט מיין זון אין מאנסי. האט דער חסיד אים געזאגט אז דער עולם איז א ביסל ברוגז אז ער ציט אריין מיט שלש סעודות ביז שפעט האט זיך דער רבי זיך אנגערופן "ווען זיי וואלטן געוואוסט וואסארע גרויסע טובה ער טוט מיט זיי וואלטן זיי אים געבעטן אריינציען טיפער". און ביז היינט ציט דער רבי אריין ביז שפעט נאכן זמן ר"ת.

משפחה

זיינע קינדער זענען:

  • הרב יחזקאל שרגא
  • הרב משה (איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א)
  • הרב אברהם יצחק
  • הרב יחיאל חיים מרדכי
  • הרב יוסף מאיר
  • הבחור נפתלי צבי הירש

זיינע איידימער זענען:

  • הרב אלעזר האלבערשטאם זון פון הרב ברוך נתן האלבערשטאם
  • הרב משה כהנא זון פון הרב חיים אריה
  • הרב חיים אלעזר קאהן זון פון זיין שוועסטער קינד הרב יואל קאהן

רעפערענצן

Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!