רוי:רבי יוסף שאול נאטאנזאהן

פון המכלול
ווערסיע פון 02:40, 3 אויגוסט 2013 דורך YI>Kolega2357 (ראָבאָט: ענדערן קאַטעגאָריע:רבנישע לוים צו קאַטעגאָריע:רבנישע לויים)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב יוסף שאול הלוי נאַטאַנזאן (ה'תקס"ח - כ"ז אדר א' ה'תרל"ה) איז געווען רב אין לעמבערג און איינער פון די גרויסע פוסקים אין זיין דור. זיינע תשובות זענען געזאמלט אין די זעקס בענדער פון שו"ת שואל ומשיב.

ביאגראפיע

הרב נאטאנזאן איז געבוירן געווארן אין ברעזשאן, אסט-גאליציע (היינט מערב אוקראינע) אין תקס"ח, דער בכור פון זיין פאטער ר' אריה לייביש הלוי נאטאנזאן.[1]

אין תקפ"ה האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון זיין פעטער, הרב יצחק אהרן הלוי איטינגא. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין לעמבערג, וואו ער האט געלערנט צוזאמען מיט זיין שוואגער רבי מרדכי זאב איטינגא. צוזאמען האבן זיי געשריבן דעם ספר "מפרשי הים" אויף ש"ס.[1] קיין געהאלט האט ער נישט גענומען פון דער קהילה.

אין תרי"ז האט מען אים באשטימט אב"ד פון לעמבערג.[1]

ער איז געווען א מתנגד, אבער ער האט זיך געהאלטן גוט מיט די חסידים, ווי ער האט זיך אסאך קארעספאנדירט מיט דעם פראמינענטן חסידישער רבי, רבי חיים האלבערשטאם, דער "דברי חיים" פון צאנז.

ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.

זיינע ספרים

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען shabato