דרעפט:הרב שלום בער סורוצקין

פון המכלול
ווערסיע פון 04:41, 27 נאוועמבער 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (אביסל הגהה)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הרב שלום בער סורוצקין
געבורט 24 יוני 1968 (יארגאנג: 56)
כ"ח תמוז תשכ"ח
וואוין אָרט רמות ב' ירושלים
טעטיגקייט אָרט ארץ ישראל
תחומי עיסוק ראש ישיבת עטרת שלמה

רבי שלום בער סורוצקין איז איינער פון די גרעסטע מקים עולמות של תורה אין אונזער דור. ער פירט אן מוסדות עטרת שלמה, מיט איבער אכט טויזנט תלמידים אויסגעשפרייט אינערהאלב די חדרים, ישיבות און כוללים איבער גאנץ ארץ ישראל.

ביאגראפיע

רבי שלום בער סורוצקין איז געבוירן געווארן אין קליוולאנד, אהייאו, צו זיין פאטער רבי בנימין סורוצקין. זיי ציען זייער דינאסטיע צו די טעלזער ראשי ישיבות פונדערהיים. נאכ'ן איבערפלאנצונג פון דער טעלזער ישיבה אין אמעריקע נאך דער קריג, האבן זיי זיך באזעצט סמוך ונראה צו דער ישיבה אין קליוולאנד וואו זיין טאטע רבי בנימין האט געדינט אלס איינער פון די ראשי ישיבה. שפעטער האבן זיי זיך אריבערגעצויגן צום שטעטל טעלז-סטון אין ארץ ישראל, ווען דער פלאן איז געווען אריבערצוברענגען די גאנצע טעלזער ישיבה אהין.

דארט אין טעלז-סטון איז רבי שלום בער אויפגעוואקסן, ער איז געווען א ווילד קינד און האט נישט געקענט איינרוען. ווערנדיג עלטער האט ער געלערנט ביי זיין טאטן אין ישיבה און דערנאך איז ער געגאנגען לערנען אין ירושלים אין דער פראמינענטער בריסקער ישיבה, בראשות הגאון רבי משולם דוד סאלאווייטשיק זצ"ל. דארט האט ער קונה געווען דעם בריסקער מהלך אין לערנען - דער מהלך וואס ער האט שפעטער אוועקגעשטעלט אין זיינע ישיבות.

אין יאר תשנ"א האט ער חתונה געהאט מיט א טאכטער פון הגאון רבי נחום דוב קרייסמאן, און ער האט זיך באזעצט אין ירושלים, וואו זיין בלוט האט ווייטער געקאכט אין די טיפע סוגיות הש"ס. דריי יאר שפעטער, אין יאר תשנ"ד, האט מען אים אויפגענומען צו זיין שואל ומשיב אין א כולל אין ביתר-עילית. דער ראש הכולל האט זיך דאן געמוטשעט צו שאפן דאס געלט צו צאלן די יונגעלייט, איז רבי שלום בער אריינגעקומען אין בילד און אנגעהויבן אויפצוטרייבן די נויטיגע געלטער להחזקת האברכים.

נאך א תקופה האט רבי שלום בער באשלאסן צו עפענען אן אייגענער כולל אין דער שטאט בית שמש. דער כולל האט זיך געעפנט קורצליך נאך דער פטירה פונעם פוסק הדור הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל, האט רבי שלום בער עס א נאמען געגעבן כולל עטרת שלמה על שמו ועל זכרו פונעם גרויסן פוסק. רבי שלום בער האט ווייטער נישט גערוט און ער האט געעפנט א חדר מיט א ישיבה קטנה אין בית שמש פאר דער שטאט וואס האט זיך אין יענע יארן אנגעהויבן צו אנטוויקלען. נאכ'ן נישט איינרוען פאר צו לאנג האט ער געעפנט א כולל אין מודיעין-עילית, און דערנאך אין ירושלים אפיקים און בני ברק. פון דארט איז ער געגאנגען ווייטער און געעפנט נאך תלמודי תורה און ישיבות אין בני ברק און אין ירושלים.

אין בלויז קארגע צען יאר נאכ'ן עפענען זיין ערשטן כולל האט ער שוין פארמאגט איבער צען מוסדות, אריינגערעכנט אכט כוללים, דריי ישיבה קטנות, און דריי חדרים. דער וואוקס האט גאלאפירט מיט אן אימפעט און יעדעס יאר איז געעפנט געווארן נאך א צווייגל אינעם מוסדות - אמאל א ישיבה און אמאל א כולל. אין יאר תשע"ד זענען שוין געווען אונטער מוסדות עטרת שלמה צען כוללים, זעקס ישיבה קטנות, און פיר חדרים. אבער דעמאלט האט עס רבי שלום בער גענומען מיט א שטאק ארויף, בויענדיג א ריזיגע ישיבה גדולה נעבן דער שטאט ראשון לציון, מיט א היכל בית המדרש וואס נעמט אריין איבער ניין הונדערט תלמידים, און אויף מזרח וואנט וועט באשיינען גאר א פראכטפולער ארון קודש וואס וועט זיין דער גרעסטער שטיק זילבער אויף דער וועלט וואס מ'האלט אצינד אינמיטן בויען און ס'ווערט פארענדיגט אין די טעג. די אימפעריע וואקסט און וואקסט און ס'שטייט שוין היינט ביי קרוב צו פערציג מוסדות, מיט איבער אכט טויזנט תלמידים.

רבי שלום בער רוהט נישט איין פאר א מינוט און ער פליט ארום כמעט רונדע דעם יאר אויפצוטרייבן די אסטראנאמישע סכומים אויפצוהאלטן די מוסדות און באצאלן די איינגעשטעלטע מיט די כולל יונגעלייט, און טראץ וואס ער איז פארנומען גאר אסאך צו טראגן דעם חלק הגשמי פונעם מוסדות, יאגט ער נאכאלץ אן צו געבן שיעורים פון צייט צו צייט אין דער ישיבה גדולה אין ראשון לציון.

די זאך מיט וואס עטרת שלמה שטארצט ארויס מער ווי אנדערע ישיבות און כוללים, איז דאס ארויפנעמען די גשמיות'דיגע סטאנדארטן פון די בני תורה. עטרת שלמה איז באקאנט מיט אירע פרעכטיגע בנינים. רבי שלום בער מאכט זיכער אז אלע בניני המוסדות זאלן זיין פראכטפול און גיגאנטיש לכבודו של תורה און אז ס'זאל גארנישט פעלן מצד דעם חלק הגשמי פון די תלמידים. דער מוסדות פארטיילט יעדעס יאר פרישע קליידער פון קאפ ביז פיס פאר אלע תלמידי הישיבה, אריינגערעכנט א נייער הוט, גלעזער און רעקל, וואס דאס געבט פאר די בני תורה א בכבוד'יגער אויסזען און איבער אלעם געבט דאס צו שפירן אז זיי זענען פון די אויסדערוועלטע בני מלכים וועלכע זיצן בפלטרין של מלך. דאס געבט צו א סיפוק און שמחת החיים צו קענען ווייטער פארזעצן צו זיצן און לערנען באהלה של תורה אן זוכן פרעמדע גליקן אויף דער גאס.

עס איז שוין געווען פילצאליגע מאל וואס ס׳האט אויסגעקוקט אז זיינע מוסדות וועלן אונטערברעכן, אבער למעשה וואקסט עס נאר מער און מער.