רוי:יאסל בירשטיין

פון המכלול
ווערסיע פון 10:47, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

יאָסל בירשטיין (24סטן סעפטעמבער 1920 – 28סטן דעצעמבער 2003) איז אַן ישראלדיקער מחבר און פאָעט וואָס האָט געשריבן אויף ייִדיש און העברעיִש.

לעבן

בירשטיין איז געבוירן אין 1920 אין ביאַלע פּאָדלאַסק, וואָס ער דערמאָנט אָפֿט אין זײַנע ווערק. ער האָט זיך געלערנט אין חדר און געווען אַ מיטגליד פֿון "השומר הצעיר".

אין 1937, אין עלטער פון 17 יאָר, האָט ער עמיגרירט קיין אויסטראַליע. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער במשך פֿון פיר יאָר געדינט אין דער אויסטראַלישער אַרמיי צוזאַמען מיט יאָסל בערגנער (זון פון מלך ראַוויטש), וואָס ער האָט שוין פֿריִער באַגעגנט אין "הײַאַס" (ראשי־תיבות פֿון Hebrew Immigration Aid Service) אין וואַרשע און מיט וועמען ער איז געפֿאָרן קיין אויסטראַליע. בעתן חורבן איז אומגעקומען בירשטיינס משפּחה אין פּוילן. אין 1941 האָט ער חתונה געהאַט מיט מאַרגאַרעט ווייַסבערג. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט געהאַט צוויי טעכטער. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך באַשעפֿטיקט מיט אַ חודשדיקער אויסגאַבע, וואָס איז אַרויס אויף העברעיִש, ענגליש און ייִדיש.

אין 1950 האָט ער עולה געווען צוזאַמען מיט זײַן משפּחה און באַזעצט זיך אינעם קיבוץ גבת, וווּ ער איז געווען אַ פּאַסטעך איבער 11 יאָר. נאָכדעם האָט ער זיך אַריבערגעצויגן קיין טבעון און נאָך שפּעטער קיין נצרת עילית. ער האָט געאַרבעט ווי אַ באַנק־אָנגעשטעלטער און איז שפּעטער געוואָרן אַ אינוועסטיציעס־דירעקטאָר (אָט די אַרבעט וועט אינספּירירן זייַן בוך "המוטבים", 2000). ער האָט זיך באַזעצט אין ירושלים אין 1982.

אין 1949 האָט ער פּובליקירט אַן ערשטע זאַמלונג לידער אין ייִדיש, "אונטער פֿרעמדע הימלען", וואָס איז אַרויס אין מעלבורן, אויסטראַליע. אָט די זאַמלונג איז אילוסטרירט מיט צייכענונגען פֿון יאָסל בערגנער. נאָכן פֿאַרעפֿנטלעכן לידער, האָט בירשטיין זיך קאָנצענטרירט אויף פּראָזע. זײַנע ראָמאַנען און דערציילונגען באַשרײַבן דעם מענטשנס־מעמד פֿון אַן איראָנישן קוקווינקל. זײַן ערשטער ראָמאַן, "אויף שמאָלע טראָטואַרן", איז אַרויס אויף ייִדיש אין 1958. דער ראָמאַן איז דאָס סאַמע ערשטע בוך אויף ייִדיש וואָס באַשרײַבט דאָס לעבן אין אַ קיבוץ.

אויסער דעם האָט ער איבערגעזעצט פִֿון ייִדיש אויף העברעיִש און פֿאַרקערט. אויך האָט ער געאַרבעט אין דער ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, וווּ ער האָט אָנגעפֿירט די סעקציע פֿון ייִדישע כתב־ידן, בפֿרט דעם עזבון פֿונעם ייִדישן שרײַבער מלך ראוויטש. אָט דאָס איז די טעמע פֿון בירשטיינס ראָמאַן "אַ פּנים אין די וואָלקנס" (2000). זייַן לעצטער ראָמאַן "אל תקרא לי איוב" ( "רוף מיך נישט איוב") איז אַרויס אין 1995. דאָס בוך דערציילט וועגן די איבערלעבונגען פֿון מענטשן וואָס האָבן געוואַנדערט צווישן פּוילן, אויסטראַליע און ישׂראל, די דרײַ סטאַנציעס פֿון בירשטיינס לעבן.

יאָסל בירשטיין איז געשטאָרבן אין ירושלים דעם 28סטן דעצעמבער 2003 און איז באַגראָבן אויפֿן בית־עולם נס הרים אין ירושלים.

נאָך זײַן טויט איז דערשינען דאָס בוך "סיפורים מאזור השלווה" ("דערציילונגען פון דער שלווה־געגנט), לויט אַ כתב־יד וואָס מע האָט געפונען אין זײַן עזבון.

יאָסל בירשטיינס ביכער, וואָס האָבן געהאַט אַ גרויסן דערפֿאָלג אין ישׂראל און אין אויסלאַנד זענען איבערגעזעצט אין אַ סך שפּראַכן. ער האָט באַקומען עטלעכע ליטעראַרישע פּרײַזן, למשל דעם איציק מאַנגער פּרײַז פֿאַר זײַן שאַפֿונג אויף ייִדיש און דעם "פרס ראש הממשלה" פֿאַר זײַנע ווערק אויף העברעיִש.

ווערק

אויף ייִדיש꞉

אויף העברעיִש꞉

  • במדרכות צרות, תּ"א, 1959
  • ציפייה ועוד סיפורים, 1966
  • נסיעתו הראשונה של רולידר, ספרית פועלים, תּ"א, 1970
  • הבורסה, הספריה החדשה, 1984
  • סיפורים קטנים, ירושלים, 1985
  • כתם של שקט, הספריה החדשה, 1986
  • ציפור כהה בדרך, הספריה החדשה, 1989
  • פנים בענן, הספריה החדשה, 1991
  • אל תקרא לי איוב, הספריה החדשה, 1996
  • סיפורים רוקדים ברחובות ירושלים, הספריה החדשה, 2000
  • המוטבים, הספריה החדשה, 2001
  • סיפורים מאזור השלווה, הספריה החדשה, 2004

פֿאַרבינדונגען

  • לקסיקון הספרות העברית החדשה [1]
  • The Birstein Project [2]