רבי שמואל בערעזאווסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי שמואל ברזובסקי (ארויסגעזאגט בערעזאָווסקי) איז דער היינטיגער סלונימער רבי, בעל מחבר ספרי הדרכי נועם.

ביאגראפייע

רבי שמואל איז געבוירען אין ירושלים צו זיין פאטער רבי שלום נח, ואס האט דעמאלס געדונט אלס ראש ישיבה פון ישיבת בית אברהם סלאנים. און צו זיין מאמע מרת חוה מרים טאכטער פון רבי אברהם וויינבערג, דער סלאנים'ער רבי בעל הברכת אברהם. אלס בחור האט ער געלערנט אין ישיבת בית אברהם, ווי ער איז געווען פארכענט אלס איינע פון דו חשובע תלמידים און דעמאלס בולט געווען מיט זיין התמדה בתורה און עבודת ה'. ער האט זיך מסתופף געווען בצל קדשו פון זיין גרויסן זיידען דער ברכת אברהם. ער האט חתונה געהאט[1] צו זיין רעבעצין מרת שיינא רחל (תרצ"ט - כ"ב בטבת תשס"ו) טאכטער פון רבי נפתלי חיים אדלער א איידעם פון אמרי חיים פון וויזשניץ, רבי חיים מאיר האגער וואס האט איהם זייער מחשיב געווען[2]. נאך פארן חתונה האט ער געדונט אלס א מגיד שיעור אין ישיבת בית אברהם.

ווען זיין טאטען איז אויפגענומען אלס סלונים'ער רבי נאך זיין שווערס פטירה, ביום י"ב סיון תשמ"א, איז רבי שמואל אויף גענומען אלס ממלא מקום אביו צו שטיין אין שפיץ פון ישיבת בית אברהם, דאס האט ער ממשיך געווען ביזן אויף גענומען ווערן אלס רבי, נאך זיין טאטען'ס הסתלקות.

זיינע שיעורים וואס ער האט געגעבן אין ישיבה איז שפעטער געדרוקט געווארן אינעם ספרים "דרכי נועם על הש"ס".

נאך זיין טאטען'ס פטירה ביום ז' אב תש"ס איז ער על פי צוואת אביו נתמנה געווארן אלס ממלא מקומו באדמו"רות אין נשיאות פון ישיבת בית אברהם.

ער האט עטוואס געטאשט אביסל פון זיין טאטען'ס הנהגה בנוגע חניוק'ישקייט[3], ווי אויך האט ער פראהבירט אריין ברענגען דעם יודיש'ן שפראך בקרב חסידיו.

ער איז א שארפע מתנגד קעגן דעם טעכנעלאגישע כלים:

מלכתחילה, עוד בטרם התחילו לדבר על האינטרנט וסכנותיו, הרגשתי רגש שנאה כלפי המחשב. בשעתו הציעו לי להשתמש בו לשם עיון וחיפוש בספרים, כידוע שהוא מאד מסייע ומקל בחיפוש ומציאת מקורות. אך לעצמי לא רציתי שום מגע עם המכשיר הזה, רצוני לעבור את העולם מבלי שידי תגע אפילו פעם אחת במקשי המחשב.

דרכי נעם ז' אייר תשע"ז

ער לויזט נישט אריין ברענגען צו זיין הויז א קאמפייאטער[2]. עס איז פאראן א וועדה פון פגעי הטעכנעלאגייע אינראלב דו חסידות.

זיינע שמועס'ן און ספרים

אין זיינע שמועסן טוהט ער ברענגען אסאך פסוקים פון נ"ך, אוזי אויך פון ספר"המספיק לעובדי השם" לרבי אברהם בן הרמב"ם, און פון ספר הזוהר. אזוי ווי דו פריערידגע רעביס טוהט ער אסאך רעדן אויף קדושה ענינים און אויף שבת קודש.

זיינע תורות, שמועסן און שיעורים ווערן געדרוקט כסדר אין די רייע ספרים "דרכי נועם" וואס אסאך פון זיי זענען נתקבל געווארן ביי עולם החסידות. די מוציאים לאור פון די ספרים זענען חברי מכון דרכי נועם.

אין יאהר תשע"ה זענען ארויס לאור עולם צוויי בענדער "דרכי נועם בעבודת ה'" מסודר לויט נושאים, אזוי אויך זיינע שמועסן וואס ער האט אויפגעטרוטן אינעם סלונימער ישיבה "בית אברהם", דינענדיג אלס ראש ישיבה.

אין יאהר תשע"ט איז ארויס לאור עולם דו ערשטע באנד פון דו רייע ספרים "דרכי נועם - מועדים" אויף מועדים וזמנים, די באנד איז עוסק אין: בשערי הימים הנוראים חודש אלול, ראש השנה. אין יאהר תשפ"א איז ארויס די צווייטע באנד וואס איז עוסק אין עשרת ימי תשובה, יום הכיפורים אין זמן שמחתנו.

אין יאהר תשפ"ב זענען געדרוקט געווארן דריי בענדער "דרכי נועם - על הש"ס" זיינע שיעורים וואס ער האט איבערגעגעבן אין ישיבה: יבמות, כתובות, נדרים, גיטין, קידושין, בבא קמא, בבא מציעא, אין בבא בתרא.


דו מיידל שולע אין עמנואל

אין יאהר תש"ע (2010) איז מפורסם געווארן די פרשה פון בג"ץ בית הספר בית יעקב בעמנואל, ווי ער האט שטארק פארפירט מען זאהל נישט אריין נעמען מיידלעך פון שוואכערע משפחות צו דו ארטיגע מיידל שולע, ווי זיינע חסידים'ס טעכטער האבן געלערנט, צוליב דעם האט מען געוואלט איינזעצן דו מיידלעכ'ס עלטערן, נישט ווילנדיג מקיים זיין דעם ציוניסטישע בג"צ'ס פסק דין[4].

ער האט דאן געשרבין א שארפער בריוו: ”אילו הייתי חושב ששופטי בית המשפט מאמינים במה שהם אומרים, שבית הספר בעמנואל יסודו באפליה גזענית, נראה לי שהייתי נוהג אחרת, אך מאחר שאין לי כל שמץ של ספק שהם יודעים את האמת, שכל דבריהם בשקר יסודם, אם כן אין זה אלא מאבק בין אמונה לכפירה, בין כח הקדושה לכח הטומאה של הסטרא אחרא... ובמאבק על קידוש השם גם אם יעמידו אותנו מול כיתת יורים, לא נוותר ולא נתפשר כמלוא נימה”[5].

משפחתו

ער האט 14 קינדער:

בניו

בנותיו

קישורים חיצוניים

רעפערענצן

  1. הזמנה לחתונת האדמור מסלונים שליטא מחמיו הרב נפתלי חיים אדלר מדזיקוב נתניה, אויף בידספירט
  2. 2.0 2.1 יאיר וינשטוק, "זכרונות של אהבה", בקהילה, כ"ג בטבת ה'תשפ"ד, עמ' 50
  3. כגון פאות מסולסלות כלפי מטה במקום מאחורי האוזניים
  4. אביאל מגנזי, צפו באדמו"ר נפגש עם ההורים: זה דומה לגרמניה, אויף ynet, 17.6.2010
  5. עם ה' חזקו ונתחזקה