די י"ג עיקרים ווערן אנגערופן די דרייצן פרינציפן וואס דער רמב"ם זאגט אז דאס זענען די עיקר זאכן וואס א איד דארף גלייבן, און אן דעם איז ער א אפיקורס.
ער שרייבט זיי אין זיין ספר פירוש המשניות, אלס הקדמה צו פרק חלק פון מסכת סנהדרין.