רבי יקותיאל יהודה מייזליש

פון המכלול
ווערסיע פון 11:49, 8 יאנואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט הרב יקותיאל יהודה מייזליש צו דרעפט:רבי יקותיאל יהודה מייזליש אן לאזן א ווייטערפירונג: לויט יעצטיגע פאליסיס)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ חיבוריו, מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

רבי יקותיאל יהודה מייזליש
געבורט ה'תר"צ (יארגאנג: 94 בערך)
מדינה ניו יורק
טעטיגקייט אָרט סי גייט
השתייכות חסידות
תחומי עיסוק רב עיר
חתנים הרב יוסף צבי דושינסקיא

הרב יקותיאל יהודה (רבי זלמן לייב) מייזליש (געבוירן ה'תר"צ) דינט אלטס רב פון סי גייט און ניו יורק, מחבר ספרי "בנין יקותיאל" ו"זר לזהב".

ביאגרפייע

ער איז געבוירן און ווייטצען צו זיין טאטע רבי צבי הירש וואס האט געדניט אלס רב פון שטאט,און צו זיין מאמע הענא זיסל טאכטער פון רבי חיים יעקב טייטלבוים אב"ד לימנוב א איידעם פון רבי שלמה הלברשטאם פון באבוב. ווען ער איז געווען 14 יאהר אלט איז ער געשיקט געווארן מיט זיין טאטען און דו גאנצע משפחה קיין אושוויץ, וואו ער און זיין טאטע האבן איבער געלעבט דעם קריג, און יאהר תש"ז זענען זיי אונגעקומע קיין שיקאגו, וואו רבי צבי הירש איז אויף גענומען אלס רב פון "שארית ישראל". רבי זלמן לייב האט זיך אריבער געצויגן קיין ברוקלין.

ער האט חתונה געהאט צו זיין רעבעצין א טאכטער פון רבי בנימין חיים פלדמן (שווער בזיווג שלישי פון רבי יצחק טוביה וייס).נאך זיין חתונה איז ער אויף גענומען אלס רב פון דער סי גייט'ע שטעטיל און דו קהילה "קהל יראים".

ער איז געווען זייער נאנט צו רבי נפתלי צבי הלברשטאם פון באבוב[1].

ספריו

  • בנין יקותיאל - חיבור אויפן ספר "מילי דמיטב" פון זיין זיידן רבי משה יוסף טייטלבוים אב"ד אועהל (- וואס ער האט ארויס געגעבן לאור עולם)[2].
  • זר זהב - חיבור אויפן ספר "אור דוד" א פירוש אויף מגילת אסתר און "ריח דודאים" א פירוש אויף הגדה של פסח פון זיין זיידן רבי דוד דוב מייזליש (- וואס ער האט ארויס געגעבן לאור עולם און יאהר תשכ"ח)[3]
  • ער האט ארויס געגעבן לאור עולם דעם ספר "אגרא דפרקא" פון רבי צבי אלימלך מדינוב, מיט זיין טאטן'ס הערות, און נאמען "אגרא דצבי"[4].

משפחתו


  1. זאת התורה והמציאות לא תהיה מוחלפת, ברוקלין: תלמידי וחסידי באבוב, תשע"ד (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  2. מאיר וונדר, אנציקלופדיה לחכמי גליציה, ירושלים, תשל"ח - תשנ"ז, חלק ג' (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  3. רבי דוד דוב מייזליש, אור דוד עם קונטרס זר לזהב, ברוקלין: הרב יקותיאל יהודה מייזליש, תשכ"ח.
  4. רבי צבי אלימלך שפירא מדינוב, אגרא דפרקא <אגרא דצבי>, ברוקלין, תש"נ, חלק א'.
  5. א נסיעה קיין איירופע באגלייט דורך אב"ד לימנוב שליט"א, אויף יוטיוב.

קטגוריה:המכלול: ערכים שנוצרו במכלול קטגוריה:רבנים חסידים קטגוריה:רבנים חרדים אמריקאים קטגוריה:רבנים: ניצולי השואה קטגוריה:משפחת טייטלבוים קטגוריה:אסירים במחנה הריכוז אושוויץ קטגוריה:ניו יורק: רבנים קטגוריה:פרשני הגדה של פסח קטגוריה:פרשני מגילת אסתר