רוי:שמואל בראזיל
ר' שמואל בראזיל איז היינט צו טאגס פון די גרעסטע קאמפאזיטארן ביים חרדישן עולם.
ער איז א ליטווישער איד וואס איז א מגיד שיעור אין שאר ישוב אין פאר ראקאוועי און מאכט זיינע ניגונים אויפן וועג צום ישיבה יעדן טאג און אהיים שפאצירענדיג.
ער שפילט מיטן גיטאר אליינס איבער זיינע מלווה מלכה'ס וואס ער רעכט אפ אין דער גאנצער וועלט, וואס יעדן שבת פארט ער ארום פירן אזא סארט טיש אין אן אנדערן שטאט אדער געגענט פאר אויפהייטערן אידישע געמיטער איבערן כדור הארץ.
ער גייט שבת א שטריימל בלויז ביי דער סעודה נאכמאכענדיג זיין רבי ר' שלמה פרייפעלד וואס האט נאכגעמאכט זיין רבי ר' רבי יצחק הוטנער וואס האבן זיך געהאלטן טיילווייז חסידיש מיט די ווארעמקייט פון א שבת און א טעם אין מצוות.
ער האט א זון יאסי בראזיל וואס האט ארויסגעבן אידישע ניגונים אויף רעפ.
ליסטע פון זיינע ניגונים
- מודה אני לפניך.
- ובא לציון גואל..
- שלום עליכם פון מרדכי בן דוד
- קחו עמכם דברים ושובו אל ה'.
- שמעלקע'ס ניגון
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!