רוי:מאנסי פלייש סקאנדאל

פון המכלול
ווערסיע פון 18:00, 20 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די מאנסי פלייש סקאנדאל האט פאסירט אין דער שטאט מאנסי, ניו יארק אין חודש אלול תשס"ו.


טעקע:MONSEY.1.jpg
מען כשר'ט כלים וואס האט געהאט א בארירונג מיט דעם פלייש פון שבח פלייש אין מאנסי.

שבח פלייש

אין הצלחה גראסערי אין מאנסי איז געווען א פלייש געשעפט וואס האט געהייסען שבח מיעט וואס איז געווען אנגעפירט דורך משה פינקל וואס ער האט אפגעדינגען א פלאץ ביי הצלחה גראסערי דארט פארקויפן זיין פלייש, שבח האט געקויפט פון אידישע שעכט הייזער ווי וויינלאנד פלייש, קרית יואל פלייש, און שבח האט דאס איבערגעפאקט ביי זיך אין געשעפט אין ארויפגעשריבען אויפן פעקל זיין אייגענעם קלעבל און פון וואנעט קומט דאס פלייש.

אויך איז ער געווען זייער גרויס אין ברוטא ווייל רוב קעטערערס אין שמחה זאלן אין מאנסי האבן גענומען זיין פלייש ווייל ער האט געגעבן א ביליגע פרייז.

אזוי איז דאס אנגעגאנגען א שיינע פאר יאר.

משה פינקעל

משה פינקעל איז געווען דער בעה"ב פון שבח מיעט ער איז א שטענדיגע מתפלל און ביהמ"ד פון הרב זימערמאן, וואו ער האלט זיך פאר א שיינע איד וואס לערנט פאר דף היומי און איז א בעל תפילה ימים נוראים אויך איז ער א בארד מעמבער פון ישיבה ספירנג וואלי.

נאך דער מעשה פון דעם פלייש איז באוואוסט געווארן האט אים זיין ווייב אפגעגט.

השגחה

ער האט געהאט א אייגענע השגחה פון א רב הרב שלמה מרדכי ברעסלויער פון מאנסי, וועלכע פלעגט אריינקומען יעדע שטיק צייט, זיין משגיח איז געווען הרב שלמה אולמאן.

הרב ברעסלויער האט געהאט א שטארקע נאמנות אין משה פינקעל זייענדיג פארגלייבט אין זיין ערליכקייט צוליב זיינע שיעורים אין זיין דאווענען.

און נאך די שרעקליכע פאסירונג האט הרב ברעסלויער אויפגעהערט געבן הכשרים נאכדעם וואס עס איז ארויסגעקומען אזא מכשול דורך אים וואס א פרימער איד האט אים אזוי אפגענעהרט.

פארקויפט טריפה פלייש

זענדיג אז אסאך קונטן פארלאזען זיך אויף אים בלינדערהייט אין עס איז זיי נישט קיין חילוק פון ווי דאס פלייש קומט האט ער אנגעהויבן צוביסלעך אריין ברענגען נישט גלאט פלייש און עס איבערפאקען אין ארויפשרייבן אויפן צעטיל כשר גלאט, און שפעטער האט ער שוין אריינגעברענגט טריפה פלייש און ארויפגעשריבן כשר!

זעענדיג אז די ביזנעס איז גוט, ווייל טריפה פלייש איז אסאך ביליגער ווי כשר'ע פלייש און ער האט עס פארקויפט פאר די פרייז פון כשר פלייש, האט ער צוביסלעך אריינגעברענגט מער אין מער טריפה'נע פלייש אין געשארט אסאך געלט.

אויפדעקונג

אין די לעצטע צייטן האבן אסאך פרויען באמערקט ווען זיי האבן געקאכט פלייש אדער געמאכט הינדל זופ אז דאס פלייש איז נישט געזאלצן אין ווען זיי האבן געפרעגט משה פינקעל וואס גייט פאר? האט ער געענטפערט אז קרית יואל פלייש האט געטוישט זייער זאלץ, אבער קיין איינער האט נישט געחלומט אז מען רעדט דא פון טריפה'נע פלייש!

טעקע:Hatzl monsey.jpg
הצלחה גראסערי מעלדינג אז דאס פלייש איז טריפה

לעצטנס האט ער זיך ציאמפערט מיט די קרית יואל'ע שחיטה וועגן געלט זאכן, האבן זיי אים אויפגעהערט צי שיקן פלייש אבער ער האט ווייטער פארקויפט טריפה פלייש אין געשריבן אויפן לעביל "כשר-קרית יואל".

איינע פון די בעל הבתים אין הצלחה האט אבער געכאפט א שמועס מיט זיינס א קרוב וואס ארבעט אין די קרית יואל שעכט הויז און דער פון קרית יואל פרעגט אים: פון ווי באקומט שבח מעיט זייער פלייש זייט אונז שיק מיר עם מער נישט? ענטפערט די בעה"ב פון הצלחה: וואס הייסט?! ער פארקויפט געהעריג ענקער פלייש!

האט מען אנגעהויבן צו שמעקן אז עפעס גייט דא פאר, זענען די צוויי געגאנגען אין געשעפט און באטראכט דאס פלייש, און דער פון קרית יואל רופט זיך גלייך אן דאס איז נישט אונזער פלייש!!.

האבן די אנפירערס פון הצלחה גראסערי אריבעגערופן אפאר שוחטים און דער בעל מכשיר מיט אינגעלייט און אויפגעבראכן די פריזער פון שבח מיעט און געטראפען דארט 15 באקסעס פון טריפה און נבילה פלייש וואס געווען גרייט איבערגעפאקט צו ווערן אלץ כשר פלייש ר"ל.

האבן די בעה"ב פון הצלחה גלייך גערופן די רבנים פרעגן וואס מען זאל טאן, די רבנים האבן גלייך געפסקנט אז דאס פלייש איז הונדערט פראצענט טריפה און יעדער וואס האט דאס פלייש דארף עס ארויסווארפן (וואס הצלחה גראסערי האט געגעבן א ריפאנד ווער עס האט צוריק געברענגט דאס פלייש) און יעדער מיז כשר'ן אין גליען די כלים און וואס מ' האט געניצט דאס פלייש.

אידישע וועלט שאקירט

אין די אידישע וועלט איז מען שאקירט הערענדיג אזא שוידערליכע מעשה פון א איד וואס האט מכשיל געווען אידען מיט נבילות וטריפות, עס איז נאך נישט געווען אזא מעשה אין די היסטאריע פון כלל ישראל, מען האט שוין געהערט אז עמי הארצים און אומוויסענדע קצבים האבן מכשיל געווען אידען אבער אז א פרימע איד וואס לערנט פאר שיעורים דאווענט פארן עמוד קלאפט זיך על חטא זאל אזאנס אפטאן האט מען נאכנישט געהערט.

פסק פון די רבנים

טעקע:Monsey psak.jpg
פסק דין פון אלע רבנים אין מאנסי וואס מען זאל טאן מיט די כלים

לויט די פסק פון די רבנים האט מען געדארפט כשר'ן אלע טעפ, עסצייג, געשיר, וואס מען האט געהאט א בארירונג מיט די טריפה'נע פלייש וואס מען האט געקויפט ביי שבח נישט קיין חילוק ווי לאנג צירוק ווייל זיי האלטען אז די שווינדל ציט זיך שוין יארן.

געוויסע געשיר האט מען געמוזט גענצליך ארויסווארפן ווייל מען קען דאס נישט כשר'ן אין אויך האט מען דאס נישט געמעגט פארקויפן ווי למשל אויף איבעי ווייל עס איז אסור בהנאה און עס איז פארלוירן געגאנגען אסאך אידיש געלט.

א הַאט פלעיט, קראַק פאַט, קען מען נישט גליען און מען האט עס געדארפט ארויסווארפן.

אויך האבן געוויסע מענטשן געדארפט טוישן די גאנצע קיך אויב עס איז געמאכט פון גראניט שטיין.

צייט פונעם סקאנדאל

אין אנפאנג האט ער זיך נאר מודה געווען אז נאר אין די לעצטע צוויי טעג האט ער געמישט פלייש אבער אזוי ווי ער האט פארלוירן זיין נאמנות און נאכדעם וואס די רבנים האבן געזען אז זיינע חשבונות שטימען שוין נישט איבער פינעף יאר האבן זיי געפסקנט אז אלע זיינע יארן זענען די הלכה ווי טריפה פלייש,

רעגירונג אויספארשונג

די רעגירונג ניו יארק סטעיט אגריקולטור איז גלייך אראפגעקומען אין קאנסיפיקירט פון זיין געשעפט 15 קעסטלעך פלייש און גענומען פאר אויספארשונג און טאקע פעסגעשטעלט אז דאס פלייש איז קיינמאל נישט געווען געזאלצן און איז אויך טריפה פלייש, און עס איז נאך אלץ אינטער אויספארשונג פון ווי ער האט גענומען דאס פלייש, און ווי לאנג עס האט אנגעהאלטן, און ווער עס האט אלץ אים צוגעהאלפן.

דערויסענדע לינק

ניו יארק טיימס באריכט די סקאנדאל

האדסאן ניוס פון ראקלענד קאנטי באריכט די סקאנדאל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!