רוי:אלבאטראס (צייטשריפט)

פון המכלול
ווערסיע פון 17:00, 20 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

אַלבאַטראָס איז געווען אַ מאָדערניסטישע ליטעראַרישע צייטשריפט אויף דער אידישער שפּראַך. דער גרינדער און דער רעדאַקטאָר פונעם זשורנאַל איז געווען דער דיכטער אורי צבי גרינבערג. עס זענען פאַרעפנטליכט געוואָרן 4 בענדער פון "אַלבאַטראָס". די ערשטע צוויי בענדער זענען דערשינען אין 1922 אין וואַרשע. נאָך דעם, ווי דאָס אַרויסגעבן "אַלבאַטראָס" איז פאַרבאָטן געוואָרן דורך דער פּוילישער צענזור, איז אורי צבי גרינבערג אריבערגעפאָרן קיין בערלין. דאָרט האָט ער אַרויסגעגעבן דעם 3טן און דעם 4טן באַנד פון דער צייטשריפט. אויף די שפּאַלטן פון "אַלבאַטראָס" איז צווישן אַנדערס אַרויסגעגעבן געוואָרן אורי צבי גרינבערגס באַרימטע פּאָעמע "אין מלכות פון צלם".

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!