רוי:איוואנקא טראמפ

פון המכלול
ווערסיע פון 09:11, 18 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[מנחם מענדל שניאורסאהן" ב־"[[רבי מנחם מענדל שניאורסאהן")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
איוואנקא טראמפ

איוואנקא מאריע טראמפ (ענגליש: Ivanka Marie Trump; געבוירן דעם 30טן אקטאבער 1981), אויך באקאנט מיט איר אידישן נאמען יעל קושנער, איז די טאָכטער פונעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, דאנאלד טראמפ, געבוירן פון זיין ערשטער פרוי, איוואנא טראמפ. זי פארמאגט גאר גרויס מאכט אין ווייסן הויז, ווי מאנכע ווילן גאר זאגן אז זי איז ממש ווי די ערשטע פרוי, זייענדיג אין ווייסן הויז גאר אסאך, וואו זי האט אויך א פריוואטע אפיס דארט.

ביאגראפיע

זי איז געווען אַ אמעריקאנער ביזנעספרוי און געוועזענע טעלעוויזיע פּערזענליכקייט.

נאך דעם וואס זי האט זיך באקענט מיט זשארעד האבן זיי זיך צעטיילט פאר א תקופה נאך וואס זיינע עלטערן האבן נישט צוגעשטימט צי זייער חברותא צוליב וואס זי איז נישט געווען א איד, זיי זענען צוריק צוזאמען ווען זי האט זיך מגייר געווען. דערנאך האט זי געהייראט איר אידישן מאן דזשערעד קושנער אין 2009, פון וועמען זי האט דריי קינדער, אראבעלע רויז, דזשאסעף פרעדריק און טעאדאר דזשעימס.

 זי האט געשריבן א פאר ביכער, די באקאנטסטע פון זיי איז "פרויען וואס ארבעטן".

א רייע צירונגען און קליידונג טראגן איר נאמען.

רעליגיע

טראַמפּ איז געווארן ערצויגן אלס פּרעסביטעריאַן. איידער איר חתונה, אין יולי 2009, האט זי נאָך געלערנט איבער אַ יאָר צייט מיט רבי עלי וויינשטאק פון דער מאָדערן־ארטאדאקסישע ראמאז שולע. זי האט זיך מגייר געווען צו ארטאדאקסישער אידישקייט און גענומען דעם העברעישן נאָמען "יָעֵל" . זי באשרייבט איר גירות אלס אַ "וואונדערבארע און שיינע נסיעה" וואָס איר פאָטער האט געשטיצט "פון ערשטן טאָג", און אַז ער האט "קאָלאָסאַלן רעספּעקט" פאַר דער אידישער רעליגיע. זי פראבירט צו האלטן כשרות און שבת, ווי זי האט געזאָגט אין 2015: "עס איז אַזאַ גוטע לעבן באַשלוס פאַר מיר ... איך האב טאַקע געפונען אַז מיט אידישקייט ווערט געשאפן אַ וואונדערבארן פּלאַץ פאַר משפּחה שייכות און איבערגעגעבנקייט. פון פרייטאג ביז נאך שבת טוען מיר נישט גארנישט. מיר רעדן נישט אויפן טעלעפאָן. איוואנקא טראַמפּ האט געשיקט איר טאָכטער צו קינדער-גאָרטן ביי אַ אידישער שולע אין ניו יארק סיטי. זי זאגט אַז "עס איז אַ ברכה פאַר מיר צו האָבן זי אהיימקומען יעדע נאַכט און מיטטיילן מיט מיר די אידישקייט וואס זי האט געלערנט, און זינגען לידער פאַר מיר איבער יום טוב".

איוואנקא און איר מאַן האבן געמאכט אַ באזוך ביים אוהל פונעם לובאַוויטשער רבי'ן אין קווינס, באַלד פאַר איר טאַטע'ס וואַלן זיג.

זיי האלטן זיך ארטאדאקסיש אבער האבן אנגעמאכט א סומאטאכע ווען זיי האבן זיך באטייליגט ביים איינשווערונגס צערעמאניע פון איר פאטער אום שבת מיט אן אזויגערופענעם היתר פון א רב.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!