רוי:רבי משה סופר (ערלוי)

פון המכלול
ווערסיע פון 19:44, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[משה סופר" ב־"[[רבי משה סופר")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב משה שרייבער (תרמ"ה -תש"ד), אויך באקאנט ווי הרב משה סופר, איז געווען א חשובער חרדישער רב אין די ת"ר יארן. ער איז געווען דיין אין ערלוי, אונגארן, און זיינע תשובות זענען געזאמלט אינעם ספר יד סופר.

ער איז געווען א זון פון הרב שמעון סופר (מחבר פון התעוררות תשובה), זון פון הרב אברהם שמואל בנימין סופר (כתב סופר), זון פון הרב רבי משה סופר (חתם סופר).

ער איז געווען דער פאטער פון הרב יוחנן סופר, דער ערשטער ערלויער רבי.

ער איז אומגעקומען אין אוישוויץ ביים חורבן אייראפע.

יונגע יארן

הרב משה איז געבוירן געווארן כ"ה אייר ה'תרמ"ה צו זיין פאטער הרב שמעון, שטאטס רב פון ערלוי, און זיין מוטער מלכה אסתר, וואס איז געווען א טאכטער פון הרב שלמה זלמן שפיצער, רב פון דער שיפשול, ווין, מחבר פון תקון שלמה, און גיטל, א טאכטער פונעם חתם סופר.

הרב משה האט געלערנט אין דער ישיבה פון רבי אברהם גרינבערג אין קעזמארק, אונגארן. נאכהער האט ער געלערנט אין דער פרעשבורגער ישיבה אונטער הרב עקיבא סופר, מחבר פון דעת סופר.

הרב מרדכי לייב ווינקלער פון מאד, מחבר פון לבושי מרדכי, האט געשריבן אויף משה סופר אין יענע יארן אז ער איז בקי אין בבלי, ירושלמי, ראשונים און אחרונים.

שוין אלס בחור האט הרב משה באקומען היתר הוראה פון פארשידענע רבנים.

יונגערמאן

הרב משה האט חתונה געהאט מיט טושענא, טאכטער פון הרב משה יוחנן שיינפעלד, רב פון מיהאליפאלווא.

עטליכע יאר האט משה סופר געהאנדלט אבער ענדלעך האט מען אים באשטימט א דיין אין בית דין פון דער ארדאטאקסישע קהילה פון ערלויץ

משפחה

הרב משה און טושענא שרייבער האבן געהאט זעקס קינדער:

אברהם שמואל בנימין איז געווען אן עילוי און האט געלערנט אין דער ישיבה פון רבי יוסף אשר הלוי פאלאק (שארית יוסף אשר) אין ווערפעלעט.


יוחנן האט אויך געלערנט אין דער ישיבה אין ווערפעלעט. שפעטער איז ער געווארן רב אין ערלוי און ראש ישיבה פון דער חתם סופר ישיבה אין בודאפעשט און ערלוי. ער האט מחדש געווען די ישיבה אין ירושלים און איז געווארן דער ערשטער ערלויער רבי.

חוה רבקה, לאה, גיטל טויבא און רייזל האבן נישט חתונה געהאט און זענען אומגעקומען אין חורבן אייראפע.  

פטירה

אין תש"ד האבן די נאציס דעפארטירט הרב משה מיט זיין משפחה קיין אוישוויץ (אחוץ זיין זון אברהם שמואל בנימין) צוזאמען מיט דער אידישער קהילה פון ערלוי.

כ"א סיון תש"ד האבן די נאציס דערמארדעט הרב משה, זיין ווייב און זיינע טעכטער, אויך זיין פאטער הרב שמעון.

זיינע זין אברהם שמואל בנימין און יוחנן האבן אים איבערגעלעבט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!