רוי:נארדוועסט טעריטאריעס

פון המכלול
ווערסיע פון 08:45, 8 דעצעמבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (קאארדינאט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
נארדוועסט טעריטאריעס אין קאנאדע

נארדוועסט טעריטאריעס (ענגליש: Northwest Territories, פראַנצויזיש: les Territoires du Nord-Ouest) איז איינע פון קאנאדעס דריי פעדעראלע טעריטאריעס. די נארדוועסט טעריטאריעס זענען געווארן א טייל פון דער קאנאדישער קאנפעדעראציע דעם 15טן יולי 1870, אבער די היינטיגע גרעניצן פון דער טעריטאריע זענען געשאפן געווארן דעם 1טן אפריל 1999, ווען מען האט אויפגעשטעלט די טעריטאריע נונאוואוט.

די טעריטאריע האט געהאט א באפעלקערונג פון 45,136 ביי 2021 די הויפשטאט איז יעלאנייף, זייט 1967.

בערך העלפט פון דער טעריטאריע געפינט זיך צפון פון דער בוים ליניע.

געאגראפיע

די טעריטאריע איז פלאצירט אין צפון קאנאדע, צווישן די צוויי אנדערע פעדעראלע טעריטאריעס, יוקאן צו מערב און נונאוואוט צו מזרח. אויך גרעניצט זי מיט די פראווינצן בריטישע קאלאמביע צו דרום־מערב, און אלבערטא און סאסקאטשעווען צו דרום. זי באדעקט א שטח פון 1,183,085 קוואדראט ק"מ.

קאנאדישע טעריטאריעס און פראווינצן
פראווינצן: בריטישע קאלומביע · אלבערטא · סאסקאטשעווען · מאניטאבא · אנטעריא · קוויבעק · ניו בראנזוויק · נאווע סקאשע · פרינץ עדווארד איילענד · נייפונדלאנד און לאבראדאר


טעריטאריעס: יוקאן · נארדוועסט טעריטאריעס · נונאוועט


Flag of Canada




דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!