רוי:חשמונאים

פון המכלול
ווערסיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
די מלוכה פון די חשמונאים ביי דער שפיץ גרייס

די חשמונאים זענען געווען די קינדער און אייניקלעך פון מתתיהו הכהן וואס האבן געפירט די רעוואלוציע קעגן די סעלוקן אין דער צייט פונעם בית שני, נאכער זענען זיי געווען די כהנים גדולים און קעניגן, ביז צו דער צייט פונעם לעצטן קעניג פון דעם דינאסטיע פון חשמונאים, מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער, וואס איז געשטארבן אין יאר ג'תשכ"ד. דאס איז געווען א תקופה ווען דאס לאנד ארץ יהודה איז געווען זעלבסטשטענדיג. פון צייט צו צייט איז די מלוכה געווען גאר שטארק.

צום סוף האט דער קעניג הורדוס, וועם די רוימער האבן איינגעשטעלט, אויסגעהרג'ט אלע איבערגעבליבענע חשמונאים.

נאכדעם ווען זיי האבן געזיגט די יוונים (די סעלוקן) האבן חז"ל מתקן געווען די יו"ט חנוכה.