רוי:זאלץ (כעמיע)
אין כעמיע, איז א זאַלץ א יאנישע פארבינדונג וואס וועט געמאכט פון א כעמישע רעאקציע צווישן א זייערס און א באזע. א זאלץ איז צוזאמענגעשטעלט פון פאזיטיווע יאנען (מיט א פאיזיטיווער לאדונג) און נעגאטיווע יאנען וואס איז סה"כ נייטראל עלעקטריש. די באשטאנדטייל יאנען קענען זיין אומארגאניש, ווי כלאריד (−Cl ), אדער ארגאניש, ווי אצעטאט (−C2H3O2); און קענען זיין פון איין אטאם,ווי פֿלואריד (−F), אדער פון עטלעכע אטאמען, ווי סולפאט (−SO42).
אין טאג־טעגלעכן לעבן ניצט מען דאס ווארט "זאלץ" פאר א געוויסן זאלץ, NaCl (נאטריום כלאריד), וואס מען ניצט פאר קאכן און אנדערע צוועקן פון צוגרייטן עסן.
אין אלגעמיין, ביי סטאנדארטן טעמפעראטור און דרוק, זענען נישט צעלאזטע זאלצן סאליד.
א צעשמאלצן זאלץ, אדער א זאלץ וואס איז צעלאזט אין א פליסיקייט, ווערט גערופן אן עלעקטראליט, ווייל עס קען דורכפירן עלעקטריע.